קיין דאָקטערשע בין איך נישט!

I'm No Doctor!

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published August 24, 2016, issue of August 29, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

איך האָב אויך שטאַרק אָפּגעזיפֿצט און נישט באַלד געוווּסט וואָס צו ענטפֿערן.

 ”וואָס? וואָס? איך הער נישט אַזוי גוט. רעד העכער,‟ זאָגט ער.

”ווען איך וועל נאָך אַ מאָל זײַן אין ניו־יאָרק וועל איך אײַך קלינגען. אפֿשר וועלן מיר קענען גיין אין מעטראָ מוזיי, גוט? מיר קענען זײַן פֿרײַנד“.

 ”איך דאַרף נישט מער קיין פֿרײַנד. איך האָב גענוג פֿרויען פֿרײַנד. איך זוך אַ ווײַב. און אויב נאָך דעם אַלץ וואָס איך האָב דיר דערציילט ביסטו אין מיר נישט פֿאַראינטערעסירט, וועל איך זיך מיט דיר יעצט געזעגענען“. קליק!

דער קאָפּ האָט זיך מיר געדרייט פֿונעם אימפּעט פֿון זײַן געזעגענען זיך, און עטלעכע סעקונדעס לאַנג האָט זײַן קול מיר געקלונען אין די אויערן. ווען כ׳בין געקומען צו זיך האָב איך טיף אָפּגעאָטעמט און געטראַכט: בעסער אַזוי ווי אַ פֿאַרשלעפּטער… המם… באַציִונג.

דעם צווייטן טאָג, ווען איך האָב געקוקט אויף דער אינטערנעץ האָב איך געזען, אַז איינער פֿון די מענער צו וועמען איך האָב געהאַט געשיקט מײַן פּראָפֿיל מיט עטלעכע חדושים פֿריִער האָט זיך יעצט אָפּגערופֿן. ווער איז דאָס? אַ בוכפֿירער פֿון קאַליפֿאָרניע, אַ ביסל ייִנגער פֿון מיר. דאָס איז מיר געפֿעלן! וואָס נאָך איז מיר געפֿעלן? ער איז כּמעט אַ פּענסיאָנירטער, ער אַרבעט נאָך אונטער אַ ביסל, און ער איז זײַער פֿאַראינטערעסירט אין מוזיקאַלישן טעאַטער. ער האָט אַ גוטע שטימע, האָט זייער ליב צו זינגען און איז אָפֿט אַ חזן אין זײַן שיל. נישקשה, נײַן? נײַן! פֿאַר וואָס? ער האָט שוין אָפּגעגט דרײַ ווײַבער (צי זיי האָבן אים אָפּגעגט), און ער לײַדט שטאַרק פֿון צוקערקרענק. ער מוז אײַננעמען אָדער זיך אײַנצפּריצן אינסולין. איז ער אַן עקשן און וויל נישט. ס׳מאַכט נישט אויס, אַז ער האָט שוין נישט איין מאָל אין גאַנצן צעשמעטערט דעם אויטאָ, און איז קוים אַרויס פֿון שפּיטאָל אַ לעבעדיקער. דער איינציקער שאָדן איז געווען אַ גוט צעקלאַפּט אויג, אַזוי אַז ער קען איצט בלויז זען מיטן לינקן. איז וואָס? האָט מען בײַ אים אַוועקגענומען די פֿאָר־ליצענץ און ער פֿאָרט צו זײַנע קליענטן מיט טאַקסיס. ער גייט יעדן טאָג אין געזונטקלוב און הייבט געוויכטן, כּדי צו קאָנטראָלירן דעם צוקער. און עסן, עסט ער כּמעט נישט, נישט וואָס איר וואָלט אָנגערופֿן נאָרמאַל עסן. איין מאָל אין וואָך עסט ער אַ שטיקל טרוקן געבראָטן פֿיש. ווי דערהאַלט ער זיך בײַם לעבן? ער טרינקט עפּעס אַ ספּעציעלן געטראַנק פֿאַר צוקערקרענק: גלוקאָטשע, צי וואָס. ער האָט שוין פֿאַרלוירן נײַנציק פֿונט. ווי דען וועט ער פֿאַרלירן?

אוי, ווער וואָלט זיך אונטערגענומען אַ באַציִונג מיט אַזאַן עקשן, אַזאַ חולה? איך בין נישט קיין דאָקטערשע און איך זוך אַ געזונטן מאַן, נישט קיין פּאַציענט! ווי די מאַמע פֿלעגט מיר אַלע מאָל זאָגן, „מע לייגט נישט קיין געזונטן קאָפּ אַרײַן אין אַ קראַנקן בעט!“

אָבער דעם אמת געזאָגט, בענק איך נאָך דעם וואָס פֿאַר אַ גאַנצן חודש נאָך דעם וואָס איך האָב אים אָפּגעזאָגט האָט ער צו מײַן ענטפֿער־מאַשינקע געזונגען קאָל פּאָרטער ליבע־לידער, און פֿרײַטיק פֿאַר שבת — „אשת חיל‟ און קידוש.

וועל איך נאָך אַ מאָל אפֿשר געפֿינען אַ געזונטן, וואָס וועט מיך סערענאַדירן?


כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט חנה־פֿײַגל טערטלטויב, שרײַבט איר אויף דעם אַדרעס: doctorkf@gmail.com