(די 2 טע זײַט פֿון 4)
דאָס הייסט, אַז ייִדיש איז נישט געווען קיין אָפּאָזיציע?
בכלל נישט. ייִדיש איז געווען אַ טייל פֿון אַ נאַציאָנאַליסטישן באַוווּסטזיין.
צי האָבן זיי געשאַפֿן אַ באַזונדערן וועג אין דער ייִדישער ליטעראַטור?
זיי האָבן געשאַפֿן זייער אייגענעם נוסח, און אים גערופֿן „נוסח ישׂראל‟: באַשריבן דאָס וואָס פּאַסירט דאָ אין לאַנד. זיי זײַנען געווען אַנדערש ווי די העברעיִשע שרײַבערס פֿון יענעם דור: אַ ביסל עלטער פֿון זיי, און האָבן שוין אַ סך דורכגעמאַכט. מע קאָן עס זען אין זייער צוגאַנג צו די אַראַבער. דער באַרימטער העברעיִשער שרײַבער ס’ יזהר האָט באַשריבן די פּאַלעסטינער — זײַענדיק אַליין אַ זעלנער פֿון צה”ל — דורכן צילער פֿון אַ ביקס. און דער שרײַבער מענדל מאַן האָט זיי באַשריבן ווי פּליטים, זײַענדיק אַליין אַ פּליט. עס איז געווען אַ ביסל פּאַראַדאָקסאַליש: פֿון איין זײַט האָט ער געוואָלט ווערן אַ ייִד צווישן די ייִדן, אָבער פֿון דער צווייטער זײַט האָט ער אַנטוויקלט אַן אוניווערסאַלן קוקווינקל, און אַזוי האָט ער געקאָנט זען אין אַן אַראַבער — אַ מענטש.
ווי אַזוי האָבן זיי באַשריבן די אַראַבישע געגנט?
די שרײַבערס זײַנען געווען עולים חדשים — ליטעראַריש גערעדט, אויף דער אַנדערער זײַט ווי די ותיקים. מענדל מאַן האָט געוווּסט, אין זײַן ראָמאַן „אין אַ פֿאַרוואָרלאָזטן דאָרף‟, אַז ער קאָן נישט באַשרײַבן זײַן דאָרף ווי אַ גן־עדן, ווען אַנדערע מענטשן האָבן געדאַרפֿט פֿאַרשיקט ווערן פֿון יענעם גן־עדן. בכלל, זײַנען די ייִדישע שרײַבער געווען די ערשטע צו באַשרײַבן דעם אַראַבישן פּייזאַזש אין ישׂראל. און נישט בלויז דאָס: זיי זײַנען טאַקע געווען די ערשטע אײַנוווינער פֿון אָט די ערטער, באַלד נאָך דעם וואָס זיי זײַנען אָנגעקומען אין לאַנד.
און ווי אַזוי האָבן זיי באַשריבן די סאַברעס?
די סאַברעס זײַנען נישט געווען קיין גרויסע טעמע פֿאַר זיי, ווײַל זיי זײַנען געווען מער אינטערעסירט אין זיך אַליין.
האָבן זיי געשריבן אין אַ רעאַליסטישן סטיל, אָדער אידעאַליזירט דאָס לאַנד?
ס’איז טאַקע אַ געמיש. זיי האָבן נישט געקאָנט זײַן אין גאַנצן רעאַליסטן. די ייִדישע שרײַבער האָבן זיך געפֿרעגט, ווי אַזוי קען מען צוזאַמענברענגען דעם עבֿר און די רעאַליטעט אין זייערע שאַפֿונגען? איינער פון די ענטפֿערס איז געווען אַ געצויבערטער נוסח, אַ מין מאַגישן רעאַליזם, וואָס די העברעיִשע ליטעראַטור האָט דערגרייכט ערשט מיט יאָרן שפּעטער, ווי מע זעט אין די ווערק פֿון א”ב יהושע אָדער עמוס עוז. די שרײַבער, ווי ישעיהו שפּיגל, צבֿי אײַזענמאַן, מענדל מאַן, יאָסל בירשטיין און אַ סך אַנדערע האָבן שוין געשריבן אַזוי אין די פֿופֿציקער יאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.