ווייניק מענטשן אין דער קאָמפּיוטער־וועלט ווייסן נישט דעם נאָמען אַהרון שוואַרץ.
דער ייִדישער בחור פֿון שיקאַגע האָט זיך יונגערהייט באַרימט געמאַכט ווי אַ קאָמפּיוטער־עילוי אויף דער מדרגה פֿון אַ ביל גייטס, אָדער אַ מאַרק צוקערבערג — און דערנאָך פּלוצלינג זיך גענומען דאָס לעבן. אַ סך מענטשן האַלטן, אַז די פּאָליציייִשע אויספֿאָרשונגען קעגן דעם יונגן בחור האָבן אים דערפֿירט צו אַזאַ טראַגישן סוף.
אינעם דאָקומענטאַר־פֿילם, „דאָס מוסטערקינד פֿון דער אינטערנעץ: די געשיכטע פֿון אַהרון שוואַרץ‟ (The Internet’s Own Boy: The Story of Aaron Swartz), דערציילט אַהרונס טאַטע, אַז װען דאָס קינד איז געװען בלויז דרײַ יאָר אַלט, האָבן ער און די מאַמע זיך געחידושט: ווי קען זײַן, אַז דאָס ייִנגל קען שוין לייענען? מע זעט ווי אַהרון לייענט טאַקע פֿאָר פֿונעם בוך „מײַן משפּחה סדר‟ (My Family Seder): „די סדר־נאַכט איז אַנדערש פֿון אַלע אַנדערע נעכט…‟
אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט גייטס און צוקערבערג, האָט שוואַרץ נישט אַרויסגעוויזן קיין אינטערעס צו פֿאַרדינען געלט און ווערן רײַך פֿון זײַנע אויסערגעוויינטלעכע פֿעיִקייטן און טאַלאַנטן. פֿון אָנהייב אָן האָט ער דווקא געוואָלט אויסניצן זײַנע פֿעיִקייטן לטובֿת דעם כּלל, און איז געוואָרן אַ הויפּט־פֿיגור אין די געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע קאַמפֿן, וואָס שייך דעם פֿרײַען באַנוץ פֿון דער אינטערנעץ און לטובֿת דעם מאַכן צוטריטלעך די גאַנצע אינפֿאָרמאַציע אויף דער אינטערנעץ.
דער דאָקומענטאַר וועגן זײַן לעבן דערציילט די געשיכטע פֿון אַ פּורץ־גדר, אַ פֿאַרברענטער אַקטיוויסט, וואָס ווידמעט זײַן לעבן צו פֿאַרווירקלעכן זײַנע אידעאַלן. דער פֿילם הייבט זיך אָן מיט די ווערטער פֿונעם פֿילאָסאָף הענרי דייוויד טאָראָ: „עס זענען פֿאַראַן אומיושרדיקע געזעצן; זאָלן מיר זיי פּשוט פֿאָלגן? זאָלן מיר זיך באַמיִען זיי אויסצובעסערן, און זיי פֿאָלגן ביז מיר האָבן זיי אויסגעבעסערט? אָדער זאָלן מיר זיי תּיכּף עובֿר זײַן?‟
אַהרון איז געבוירן געוואָרן אין שיקאַגע אין 1986, בײַ אַ טאַטן וואָס אַרבעט אין קאָמפּיוטערײַ. דאָס קינד האָט זיך אַליין אויסגעלערנט צו פּראָגראַמירן און שוין געמאַכט אַ שם פֿאַר זיך אין די פּראָגראַמיסטן־קהילות, באַטייליקנדיק זיך אויף זייערע קאָנפֿערענצן און איניציאַטיוון.
דער ענין דרוקרעכט, אַ סוגיא וואָס איז געוואָרן אַלץ מער שײך אין דער אינטערנעץ־תּקופֿה, איז אַ זאַך, וואָס האָט שװאַרצן תּמיד זייער פֿאַראינטערעסירט. און אָט אין דעם האָט ער אַרײַנגעטאָן אַלע כּוחות: קעגנשטעלן זיך דער מאַכט וואָס באַגרענעצט דעם פֿרײַען שטראָם פֿון אינפֿאָרמאַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.