(די 2 טע זײַט פֿון 2)
צוזאַמען מיט אַ האַרוואַרד־פּראָפֿעסאָר, האָט ער אין 2002 געשאַפֿן אַן אַלטערנאַטיוו צום טראַדיציאָנעלן דרוקרעכט־געזעץ, „אַלע רעכט רעזערווירט‟, און אַז דאָס זאָל הייסן „טייל רעכט רעזערווירט‟ (Creative Common License), באַצייכנט מיט אַ CC אַנשטאָט בלויז אַ C.
ער האָט אָנטייל גענומען אינעם פּראָטעזשירן די פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע „וויקיפּעדיע‟, דורכן אָנשרײַבן דאָרט אַ סך פֿון די איינסן. אין 2012 איז ער געװען איינער פֿון די אָנפֿירערס אין דער קאַמפּאַניע קעגן דעם SOPA געזעץ, וואָס האָט געוואָלט באַגרענעצן די פֿרײַהייט פֿונעם אויסגעבן אינפֿאָרמאַציע װעגן די אינטערנעץ־באַניצער צו אַנדערע מענטשן און פֿירמעס, לטובֿת די פּראָפֿיטן פֿון די גרויסע קאָרפּאָראַציעס; געווען טעטיק אין דער „אָפֿענער ביבליאָטעק‟; און אין נאָך אַ סך אַנדערע פּראָיעקטן.
שוואַרץ האָט געשעפּט אינספּיראַציע פֿון טים בערנערס־לי, דער וואָס האָט אין 1989־1990 אויסגעטראַכט דעם טערמין „דאָס וועלט־געוועב‟ (World Wide Web). נאָר אַדאַנק בערנערס־ליס באַשלוס צו לאָזן זײַן דערפֿינדונג זײַן פֿרײַ און צוטריטלעך איז הײַנט מעגלעך פֿאַר יעדן איינעם צו בלעטערן די אינטערנעץ. אָבער אַ סך באַגרענעצונגען זענען נאָך אַלץ פֿאַראַן, דורך דעם וואָס די אַזוי־גערופֿענע „טויער־היטער‟, ווי Google און אַקאַדעמישע אַרכיוון, שטערן די אָפֿענע פֿאַרשפּרייטונג פֿון אינפֿאָרמאַציע.
ווי עס האָט זאָגט אינעם פֿילם ברוסטער קאַלע, דער פֿאַרלייגער פֿון דעם „אינטערנעץ־אַרכיוו‟: „אַהרון האָט געשטרעבט צו פֿאַרזיכערן, אַז דער רשות-הרבים זאָל זײַן צוטריטלעך צום ברייטן עולם.‟
עס קלינגט מאָדנע אָבער אַ סך אינפֿאָרמאַציע וואָס באַלאַנגט טעאָרעטיש צום רשות־הרבים, איז למעשׂה פֿאַרמאַכט דורך דער רעגירונג אָדער קאָרפּאָראַציעס. ער האָט געקעמפֿט קעגן דעם וואָס PACER (עלעקטראָנישער צוטריט צו געריכט־דאָקומענטן) פֿאָדערט געלט בײַ די באַניצער, ווײַל PACER האָט טאַקע פּראָפֿיטירט פֿונעם פֿאַרקויפֿן יורידישע דאָקומענטן. דערצו איז אַהרון געווען טעטיק אינעם קאַמף קעגן JSTOR — אַ דיגיטאַלישע ביבליאָטעק פֿון אַקאַדעמישע זשורנאַלן, ביכער און ערשטיקע מקורים, וואָס רעכנט געלט און פּראָפֿיטירט פֿון דער באַדינונג.
די מלוכישע אָרגאַנען האָבן, בשותּפֿות מיט JSTOR, אָנגעקלאָגט שוואַרץ אין געריכט, הגם דעם גאַנצן ענין וואָלט מען געקאָנט אויסגלײַכן אָן אַ געריכט; פּשוט בײַם אוניװערסיטעט MIT, וווּ אַהרון האָט שטודירט. דער פֿינאַנציעלער עול פֿונעם געריכט־פּראָצעס, און די רדיפֿה־קאַמפּאַניע מצד דער מלוכה, האָבן אים שטאַרק דעפּרימירט, און אין יאַנואַ 2013 האָט דער 26־יאָריקער בחור זיך גענומען דאָס לעבן.
דער פֿילם וועגן אים איז שטאַרק רעקאָמענדירט פֿאַר אַלע אינטערנעץ־באַניצערס; דאָס הייסט, פֿאַקטיש פֿאַר אַלעמען. אַהרון שוואַרץ איז געווען אַ בונטאַר מיט אַלע רמ״ח איבֿרים, וואָס זײַן טעטיקייט לטובֿת דער מענטשהייט וועט מען נאָך לאַנג געדענקען. מע קען זען דעם גאַנצן פֿילם פֿרײַ אויף דער אינטערנעץ, ווי ס’איז פּאַסיק פֿאַר אַזאַ מין טעמע:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.