די רוסיש־רעדנדיקע ליובאַוויטשער חסידים אין סטאַטען־אײַלענד, וואָס קלײַבן זיך איצט צו פֿאַרברייטערן זייער שיל און שאַפֿן דערבײַ אַ ייִדישע געגנט, רעקלאַמירן די געגנט ווי איינע פֿון די שענסטע אינעם דאָזיקן אינדזל־ראַיאָן פֿון ניו־יאָרק.
די שיל, בראָש מיט הרבֿ אליהו קאָגאַן, געפֿינט זיך לעבן דער באַן־סטאַנציע „פּרינסעס ביי‟. אַחוץ דער אָקעאַנישער פּלאַזשע און שיינע וועלדער, וווּ דעם הײַנטיקן זומער זענען אויפֿגעוואַקסן אַן אומגעוויינטלעכע גרויסע צאָל שוואָמען, וואָס אַ סך רוסיש־רעדער האָבן ליב צו עסן, איז אין דער געגנט פֿאַראַן אַן אַנדער מערקווירדיקייט: ווילדע פּאַוועס, וואָס באַווײַזן זיך גרופּעסווײַז גלײַך אויף די גאַסן. אין דער שיל הערט מען כּסדר זייערע געשרייען.
נישט לאַנג צוריק, שפּאַצירנדיק אין דער דאָזיקער געגנט, האָב איך דערזען, ווי אַן עלטערער מאַן לייגט פֿאָר אַ צופֿעליקן פֿאַרבײַגייער אַהיימצונעמען אַ פּאַווע. דער מאַן האָט דערקלערט, אַז אין זײַן הויף לעבן צופֿיל פּאַוועס, איז ער גרייט אַ טייל פֿון זיי אַוועקצושענקען.
אין דער אמתן, זענען די קאָליריקע פֿייגל, וואָס גייען פּאַמעלעך אַרום מיט צעשפּרייטע פֿאָכער־עקן אויף די גאַסן פֿון סטאַטען־אײַלענד, נישט אינגאַנצן ווילד. אינעם יאָר 1981, האָט בעס סעגווין, די 90־יאָריקע בעל־הביתטע פֿונעם היסטאָרישן „סעגווין־געהויף‟ אין פּרינצעס־ביי, פֿאָרגעשלאָגט איר שכן דזשאָרדזש בערק צו קויפֿן איר פֿאָלוואַרק פֿאַר 150,000 דאָלאַר — בתּנאַי, אַז ער וועט אים רעמאָנטירן און ווײַטער אונטערהאַלטן. בערק האָט אויסגעפֿירט איר בקשה און דערצו באַשלאָסן צו באַצירן זײַן נײַע היים מיט פּאַוועס. ער האָט געבראַכט צוויי פּאָר פֿייגל פֿון פֿלאָרידע; די מאַיעסטעטישע פֿייגל האָבן זיך צוגעוווינט צו די באַדינגונגען פֿון ניו־יאָרק; האָבן זיך פֿאַרמערט און באַווײַזן זיך אויף די גאַסן פֿון סטאַטען־אײַלענד, הגם זייער „באַזע‟ בלײַבט די היסטאָרישע געוועזענע פּלאַנטאַציע.
דער אַמאָליקער אָרטיקער עושר דזשיימס סעגווין האָט געקויפֿט דאָס לאַנד אין די 1780ער יאָרן. זײַן אייניקל, דזשאָסעף סעגווין, האָט אויפֿגעשטעלט דאָס גרויסע משפּחה־הויז. די זעלבע משפּחה האָט שפּעטער, בשותּפֿות מיט די עלטינגס, אַנדערע אָרטיקע גבֿירים, געגרינדעט די באַקאַנטע באַן־ליניע. אַזוי צי אַזוי, דינען די פּאַוועס גאַנץ פּאַסיק ווי אַ לעבעדיקע באַצירונג פֿונעם היסטאָרישן הויז, אויסגעבויט אין אַ נעאָ־קלאַסישן כּמו־גריכישן סטיל.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז צוליב זייער מאַיעסטעטישן אויסזען זענען די פּאַוועס אַסאָציִיִרט מיט אַ גאַנצער ריי מיטאָלאָגישע מאָטיוון און פֿאָלק־לעגענדעס. אינעם מדרש־רבה, פּרשת בראשית, שטייט געשריבן, אַז הגם דער דאָזיקער פֿויגל שטאַמט פֿון אַ ווײַסן טראָפּן זרע, האָט עס 365 קאָלירן — אַן אַנדער פֿאַרב אויף יעדן טאָג פֿונעם יאָר. מיט אַנדערע ווערטער, די פּאַווע אילוסטרירט די רעגנבויגנדיקע פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿונעם וועלט־באַשאַף.
לויט אַן אַנדער ייִדישער לעגענדע, ווערט דער פֿילפֿאַרביקער פֿויגל פֿאַרגליכן מיט יצחק אָבֿינו. אַ מלך האָט אַמאָל געבעטן זײַן חבֿר צו ברענגען אַ פּאַווע צו זײַן הויף. דער חבֿר האָט עס געבראַכט און זיך צוגעגרייט עס צום שעכטן. דער מלך האָט דערקלערט, אַז ער האָט נישט געוואָלט סתּם שעכטן דעם שיינעם פֿויגל. פּונקט אַזוי, הגם אַבֿרהם אָבֿינו איז געווען גרייט צו ברענגען זײַן זון ווי אַ קרבן, האָט דער באַשעפֿער געוואָלט ווײַטער הנאָה האָבן פֿון יצחקן.
אין מיזרח־אייראָפּע האָט מען נישט געקאָנט טרעפֿן אַ פּאַווע, סײַדן אין אַזאַ פּריציש געהויף, ווי דאָס דערמאָנטע היסטאָרישע הויז אין סטאַטען־אײַלענד, אָבער דער דאָזיקער פֿויגל פֿיגורירט אין באַקאַנטע ייִדישע פֿאָלקס־לידער. אַ מיידל, וואָס איז געבליבן שטעקן אין אַ פֿרעמד לאַנד „בײַ אַ שווער און שוויגער אויף קעסט‟, בעט די גאָלדענע פּאַווע צו פֿליִען איבער אַלע ימען און ברענגען איר טאַטע־מאַטע אַ גרוס. לויט אַן אַנדער ווערסיע פֿונעם מאָטיוו, פֿאַרשריבן דורכן באַקאַנטן פֿאָלקלאָר־זאַמלער משה בערעגאָווסקי, איז דאָס מיידל אַליין געוואָרן אַ פּאַווע און געפֿלויגן אַהיים „איבערן געדיכטן וואַלד‟, וווּ זי האָט פֿאַרלוירן איר גאָלדענעם פֿעדער. איציק מאַנגער, אַנאַ מאַרגאָלין און אַ צאָל אַנדערע באַקאַנטע ייִדישע פּאָעטן האָבן געשאַפֿן אייגענע ווערסיעס פֿונעם דאָזיקן מאָטיוו.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.