„כ׳האָב ייִדיש ניט געלערנט, נאָר דערמאָנט זיך‟

"I Never Learned Yiddish, Just Retrieved It"


פֿון באָריס סאַנדלער

Published September 09, 2016, issue of September 30, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

די בעסאַראַבער ייִדן, האָט מען געטענהט צווישן די ברידער־אַשכּנז, טיילן זיך נישט אויס מיט גרויס למדנות. יאָ, אונדזערע זיידעס און טאַטעס האָט מען דערקענט פֿון זייערע ברייטע אָנגעהאָרעוועטע נאַקנס און פֿאַרגרעבטע פּויערישע הענט. זייער שפּראַך האָט געשפּרודלט מיט פּשטות און זינגעוודיקע אָפֿענע וואָקאַלן; מיט טאַנצנדיקע סינקאָפּעס. זיי האָבן עס איבערגענומען בײַ זייערע שכנים־מאָלדאַוואַנער, אָדער ווי מ’האָט זיי גערופֿן, וואָלעכן, און אַרײַנגעפֿלאָכטן אין דער שבותדיקער חלה און „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟.

מיר האָבן געלעבט אין אַן אַלטער גאַס,
וואָס איז געווען פֿון אַקאַציעס ווײַס.
ווי לײַכט עס האָט זיך דעמאָלט געשפּאַסט,
ווי פֿריילעך געווען איז דער זוניקער קרײַז!
….

די מאַמע הענגט אַרויס דאָס גרייט,
און עס פֿלאַקערט און קלאַפּט אויפֿן שטריק.
אַ זעגל צו ווערן דער לײַלעך איז גרייט.
ער טראָגט מײַן זכּרון צום אָנהייב צוריק.

און דאָס „טראָגן דעם זכּרון צום אָנהייב‟ איז דער שטאַרקסטער צוצי־כּוח פֿון זיסיס פּאָעטישער אָרביטע. ווי דאָס גורל־רעדעלע זאָל זיך נישט דרייען, געפֿינט דער פּאָעט אַ פֿאַרלאָזלעכן אָנשפּאַר אין זײַן „אָנהייב‟. דאָרט, אין דער קינדשאַפֿט, געפֿינט זיך זײַן פּאָעטישער און עטישער קאַמערטאָן. דאָרט „פֿעסט אויף דער ערד/ שטייט מיט וואָרצלען דער בוים‟; דאָרט „ווי פּאַפּשויען געפּראַזשעטע קנאַקן די קנאָספּן‟; דאָרט איז דער רעגן שטענדיק פֿריילעך…

די לעצטע יאָרן הערט זיך, צום באַדויערן, זייער זעלטן זיסי ווייצמאַנס צויבערער בעסאַראַבער לידער־געזאַנג. איך לייען מיט גרויס אינטערעס זײַנע אַרטיקלען אויף רוסיש, וווּ ער דערציילט דעם רוסיש־שפּראַכיקן ייִדישן עולם וועגן דעם גרויסן אוצר, וואָס די ייִדיש־וועלט פֿאַרמאָגט. אַ שווער און וויכטיק שליחות. פֿון דעסטוועגן, האַלט איך אָנגעשפּיצט מײַנע אויערן און וואַרט פֿון זיסין נײַע לידער אויף ייִדיש, ווי עס קלינגט אין זײַן ליד „צום לייענער‟:

מע האָט מיר אַמאָל געזאָגט, אַז די וואָרצלען
וועלן אַ שפּראָץ טאָן דאָרטן, וווּ מע וואַרט ניט…
וויפֿל באַשערט מיר איז אויסשפּאַנען וויאָרסטן,
וועט מיר ייִדיש די וועגן באַלײַכטן!…