לאָמיר זיך לערנען ייִדיש בײַ טבֿיהן

Learning Yiddish From Tevye

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published September 11, 2016, issue of September 30, 2016.

דאָס מאָל וועלן מיר אין דער רובריק אָנהייבן אַ נײַ קאַפּיטל. נעמען זיך מוזן מיר צו דעם שרײַבער וואָס פֿאַרדינט בײַ אונדז דעם אויבנאָן — שלום־עליכם.

אין די סוף 1990ער יאָרן האָב איך געהאַט דעם כּבֿוד צוזאַמענצואַרבעטן מיט חיים ביידער ע״ה, וואָס ער איז געווען בפּועל דער שעף־רעדאַקטאָר פֿון דער „צוקונפֿט“. האָט ער באַשלאָסן צו שלום־עליכמס 140סטן געבוירן־טאָג (1999) אַרויסצוגעבן אַ ספּעציעלן, פֿאַרגרעסערטן נומער — אפֿשר דער גרעסטער נומער פֿון די איבער 100 יאָר „צוקונפֿט“, 164 זײַטלעך. (אַז איך, דער יונגער שנעק, האָב ביידערן אַ פֿרעג געטאָן פֿאַר וואָס נישט צום 150סטן, האָט ביידער, וואָס ר׳איז שוין געווען נישט ווײַט פֿון די אַכציק, געענטפֿערט: כ׳האָב מורא, אַז איכ׳ל דאָס נישט דערלעבן. וכּך־הווה…)

אינעם אַרײַנפֿיר צום נומער שרײַבט דער שעף־רעדאַקטאָר: „וועגן שלום־עליכמס לעבן און שאַפֿן זײַנען אָנגעשריבן הונדערטער ביכער, טויזנטער אַרטיקלען, אַ קאָלאָסאַלע צאָל וויסנשאַפֿטלעכע אויספֿאָרשונגען…. און דאָך איז דאָס געשטאַלט פֿונעם געניאַלן ייִדישן שרײַבער נאָך ביזן סוף ניט אַנטפּלעקט, ווײַל שלום־עליכם איז אומאויסשעפּלעך“. דער נומער איז אַ גרויסער אויפֿטו, וואָרן ביידער האָט אָפּגעדרוקט סײַ נאָך נישט באַקאַנטע מאַנוסקריפּטן, סײַ ווייניק באַקאַנטע אָפּהאַנדלונגען, סײַ נײַע אַרטיקלען. אויב איר וועט האָבן אַ מעגלעכקייט איז כּדאַי אים איבערצולייענען פֿונעם אָנהייב ביזן סוף.

פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָ וועלן מיר שלום־עליכמען אויך נישט אויסשעפּן, נאָר אַ ביסל לערנען זײַן לשון קענען מיר יאָ. וואָלט איך געוואָלט אָנהייבן מיט אַ ווינציק באַקאַנטן טעקסט: זײַן באַאַרבעטונג פֿאַרן טעאַטער פֿון „טבֿיה דער מילכיקער“. אין דער רובריק איז אָט די פּיעסע שוין דערמאָנט געוואָרן, אָבער חוץ דעם כּמעט בײַ קיינעם נישט. ווי שוין אָנגעוויזן, האָט אויפֿן סמך פֿון דער פּיעסע געמאַכט זײַן פֿילם „טבֿיה“ מאָריס שוואַרץ. אַנדערש פֿונעם ראָמאַן — אין דער אמתן: אַ סעריע דערציילונגען, וואָס איז ברייט איבערגעזעצט געוואָרן, האָט מען, אויף וויפֿל מיר ווייסן, די פּיעסע קיין מאָל אויף קיין אַנדער לשון נישט איבערגעזעצט. אויך די ליטעראַטור־פֿאָרשערס האָבן זיך מיט דעם נישט פֿאַרנומען. כ׳האָב געהערט זאָגן, אַז פֿון איר האָט מען בשעתּו נישט געהאַלטן. מיר ווייסן אויך, אַז בכּלל איז מיט זײַנע ווערק פֿאַרן טעאַטער דורכגעפֿאַלן שלום־עליכם, דער הויפּט אין אַמעריקע — איין סיבה פֿאַר וואָס ער האָט זיך נישט געוואָלט דאָ באַזעצן; ער האָט עס נאָר געטאָן ווײַל ער האָט געמוזט.