(די 2 טע זײַט פֿון 6)
זי וואָלט נאָך װײַטער גערעדט וועגן וואָסערע מאכלים איך קען דעם אומבאַקאַנטן אוצר קעכלען, אָבער איך האָב איר איבערגעהאַקט די רייד. „אוי, אוי, דער טשײַניק פײַפֿט מיר, איך מוז גיין… “, און איך האָב געגעבן אַ קוועטש דאָס אָפּבינד־קנעפּל.
מסתּמא דאַרף איך זײַן דאַנקבאַר וואָס מ׳האָט מיך אין זינען, האָב איך זיך געטרייסט. כ׳האָב זיך געפּרוּװט דערמונטערן, נישט געוואָלט זיך אַרײַנלאָזן אין אַ דעפּרעסיע. ווען די ריכטיקע צײַט קומט, וועט דער ריכטיקער מאַן אויך קומען, האָב איך זיך געזאָגט נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל. די ווערטער קלינגען גוט, ניין? הלוואַי וואָלט איך זיי געגלייבט מיט אַ טיפֿערער אמונה.
מיט דרײַ שעה שפּעטער קלינגט צו מיר אַן אַנדער פֿרוי און דערציילט מיר וועגן דעם זעלביקן מאַן! דאָס איז דעם אוצרס קוזינע און זי ווייסט אַ סך מער וועגן אים ווי פֿרוי מילער, ווײַל זי איז דאָך משפּחה. די וועלט האָט אַ ווערטל: אויב צוויי זאָגן שיכּור, גיי לייג זיך שלאָפֿן. דאָס מיינט אַוודאי, אַז צוויי מענטשן קלינגען דעם זעלביקן טאָג וועגן דעם זעלביקן מאַן מוז איך אים שוין ערנסט נעמען אין באַטראַכט. און דאָס מאָל — װאָס מער איך האָב געהערט וועגן דעם מאַן, אַלץ מער איז ער מיר געפֿעלן. ער רעדט פֿיר שפּראַכן און צווישן זיי — ייִדיש, ער נעמט זײַנע אייניקלעך קיין שווײץ אויף וואַקאַציע נאַרטלען זיך ווען זיי האָבן אורלויב, ער האָט אַ חוש פֿון הומאָר, און ער איז ברייטהאַרציק.
טאַקע אַן אוצר! נו, האָב איך געענטפֿערט דעם מאַנס קויזנע, אַז ער מעג מיך אָנקלינגען. אָבער איידער מיר האָבן געענדיקט רעדן האָב איך דעם צוקונפֿטיקן קאַוואַליערס קוזינע געזאָגט, אַז אַ פֿרוי מילער האָט מיר, צופֿעליק, שוין געהאַט דערציילט נאָך מיט עטלעכע שעה פֿריִער וועגן איר פֿעטער.
„ווער איז די יענטע? איך קען זי נישט! איך וויל אים משדך זײַן! איר האָט איר נישט דערלויבט געבן דעם טעלעפֿאָן?“
סוף־כּל־סוף האָב איך איר געזאָגט, אַז אויב איך וועל מיט דעם פֿעטער חתונה האָבן וועל איך זיי ביידע געבן שדכנות־געלט. האָט זי שוין געשוויגן.
נאָך איידער איך האָב געקענט אָפּכאַפּן דעם אָטעם, האָט דער מאַן אַלײן, דוד הייסט ער, מיר אָנגעקלונגען. ער האָט געהאַט אַ שיין קול. ער האָט איידל און העפֿלעך גערעדט. וואָס ער האָט געזאָגט וועגן דער עקאָנאָמיע און דעם איצטיקן פּאָליטישן מצבֿ איז געווען אינטערעסאַנט, און איך האָב זיך געכאַפּט, אַז די גאַנצע צײַט וואָס מיר האָבן גערעדט האָב איך געהאַט אַ שמייכל אויפֿן פּנים. שפּעטער האָב איך נישט געקענט געפֿינען אין אים קיין איין חסרון.
מיר האָבן טעלעפֿאָניש גערעדט נאָך צוויי מאָל.
אַלץ איז געגאַנגען ווי געשמירט. ווען ער האָט מיך געפֿרעגט ווען איך פֿאָר זען מײַנע קינדער אין ניו־יאָרק האָב איך באַלד געענטפֿערט: „אין צען טעג אַרום“, כאָטש איך האָב באמת נישט פֿריִער געהאַט קיין פּלענער.
„זאָג מיר נאָר וווּ און ווען, וועל איך דיך אָפּוואַרטן אין פֿליפֿעלד“.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.