קען אַ קאַוואַליער זײַן צו גוט?

Can a Suitor Be Too Perfect?

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published August 18, 2016, issue of September 30, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 6)

„אַ שיינעם דאַנק. איך וועל דיר צוריקקלינגען ווען איך האָב מײַן פֿאָרפּלאַן בײַ זיך“. כ׳האָבֿ תּיכּף געמאַכט אַ רעזערוואַציע.

פּלוצלינג בין איך געוואָרן בלאַס ווי קאַלך. וואָס וועל איך טראָגן אויף דער ראַנטקע? כ׳האָב אַ גאַנץ שענקל מיט קליידער אָבער נישט קיין איין זאַך וואָס איז פּאַסיק. כ׳האָב עטלעכע מאָל אָפּגעאָטעמט טיפֿע „יאָגע“ אָטעמס — אַרײַנגעאָטעמט דורך דער נאָז, אַרויס דורכן מויל, ביז כ׳האָב היפּאָווענטילירט און ס׳האָט זיך מיר פֿאַרדרייט דער קאָפּ. צען טעג, כ’האָב צען טעג, האָב איך זיך געטרייסט! וואָס זאָרג איך זיך?

וואָס זאָרג איך זיך? איך ווייס נישט וואָס די לעצטע מאָדע איז אין ניו־דזשערזי. מסתּמט די זעלבע ווי אין ניו־יאָרק, און ניו־יאָרק איז די הויפּטשטאָט פֿון דער לעצטער מאָדע. וואָס ווייס איך פֿון פֿאַסאָן? איך גיי נאָך אָנגעטאָן אין דעם וואָס איך האָב געטראָגן אין קאַלעדזש. איך האָב זיך אײַנגערעדט, אַז איך וועל אים נישט געפֿעלן און שוין! איך מוז אים צוריקקלינגען און זאָגן… זאָגן וואָס? מײַנע אייניקלעך זײַנען זייער קראַנק! ניין, וואָסער נאַרישקייט. אויב זיי זײַנען יעצט קראַנק וועלן זיי אין צען טעג אוודאַי זײַן געזונט. און, פּו, פּו, פּו, אָפּגעהיט זאָלן זיי ווערן. פֿאַר וואָס רעד איך אַזוי? כ׳האָב זיי, חלילה, נישט קיין עין־הרע געגעבן.

ניין, כ׳מוז פֿאָרן! כ׳מוז זיך מיט דעם אוצר באַקענען. כ׳בין אַרײַנגעגאַנגען אין מײַן גרויסער קליידער־שאַפֿע און אָנגעהויבן זוכן פּאַסיקע קאָסטיומען. נישט דאָס טויג, און נישט יענץ: די זשופּקע איז צו לאַנג, די אַנדערע צו קורץ. די בלוזקע איז אַ שיינע אָבער צו רויט. מע דאַרף זײַן זייער פֿאָרזיכטיק ווען מע טראָגט רויט. צו רײַסיק! און צוריק גערעדט, רויט היט קעגן אַן עין־הרע. נאָך אַ האַלבע שעה פֿון לויטער פּאַניק האָב איך זיך אַרומגעקוקט און געזען קופּעס קליידער אויף דער פּאָדלאָגע און כּמעט גאָרנישט אויף דער קאַנאַפּע, וווּ כ׳האָב געוואָלט לייגן די זאַכן וואָס איך וועל מיטנעמען מיט זיך. בלויז איין זאַך איז מיר דערווײַל געפֿעלן: איין שוואַרצן סוועטער, נעבעך.

איך האָב שוין נישט געהאַט קיין כּוח. כ׳האָב זיך געפֿילט ווי אַן אויסגעדרונגענע שמאַטע. ביז ס׳איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז איך זאָל קלינגען יהודיתן. כ׳האָב זיך באַקענט מיט יהודיתן נאָר מיט אַ יאָר צוריק. איר פֿאַך איז שטריקן און העקלען, אָבער נאָר לעצטנס האָב איך אויסגעפֿונען, אַז זי איז, ווי מע זאָגט אויף ענגליש, אַ „פֿאַשאָניסטע“. די מאַמע אירע האָט איר געהאַט געזאָגט קינדווײַז, אַז אַזוי ווי זי איז נישט קיין שיינע מוז זי זיך אָנטאָן שײן צו כאַפּן אַ מאַנס אויג. און די מאַמע האָט איר טאַקע צוויי מאָל אין חודש גענומען אײַנקויפֿן אין פֿײַנע געוועלבן. זי האָט איר נישט קיין סך געקויפֿט, אַבער זי האָט געמוזט אַ סך פֿאַרשידענע קליידער אָנמעסטן און זיי האָבן גערעדט וועגן וועלכע בגדים פּאַסן זיך, און ווי אַזוי געוויסע קליידער קאָנען פּאַסן איר ייִנגליש קערפּער. אַזוי איז זי געוואָרן אַ מבֿינטע אויף קליידונג. ג־ט צו דאַנקען דערפֿאַר! איך האָב איר גלײַך אָנגעקלונגען און זי איז געווען זייער צופֿרידן פֿון מיר צו הערן. 

זי איז גלײַך צוגעקומען און געווען שאָקירט צו זען ווי אַלץ ליגט אין קופּעס אויף דער פּאָדלאָגע אין מײַן שלאָפֿצימער. „חנה־פֿײַגל! דאַרפֿסט זיך שעמען! ווייסטו נישט, אַז אַפֿילו אויף קליידער דאַרף מען דרך־ארץ האָבן!“ און מיט די פֿויסטן אויף די היפֿטן האָט זי זיך עטלעכע מינוט אַרומגעקוקט. דערנאָך האָט זי פּאַמעלעך אויפֿגעהויבן אַ זשופּקע פֿון איין קופּע און זי צוגפּאַסט צו אַ בלוזקע פֿון אַן אַנדער קופּע. „נישקשה,“ האָט זי געזאָגט, ביידע זאַכן שיין צונויפֿגעלייגט אויף דער קאַנאַפּע.

„יאָ,“ האָב איך מסכּים געווען. „פֿאַרוואָס האָב איך דאָס אַליין נישט געזען?“ נאָך אַ שעה וווּ זי האָט געקליבן און איך האָב אָדער צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ אָדער אָנגעמאָסטן, האָב איך געהאָט מײַן גאַרדעראָב פֿאַר דער ראַנטקע מיטן אוצר!

געפֿאָרן בין איך טראָגנדיק שיך אָן אָפּצאַסן, אָבער כ׳האָב מיט זיך מיטגענומען שיינע, עלעגאַנטע שיך אין אַ גרויסן טאַש. נאָך דעם וואָס מיר האָבן געלאַנדעט בין איך גלײַך אַרײַן אין אַ וואַשצימער, זיך איבערגעטאָן די שיך, אויסגעקעמט די האָר, אָפּגעפֿרישט די שמינקע, זיך געקניפּט די באַקן. דאָס האַרץ האָט בײַ מיר געקלאַפּט ווי אַ האַמער, האָב איך זיך געשטײַפֿט דעם רוקן, געהאַלטן דעם קאָפּ הויך, שטאָלץ, און געגאַנגען!