(די 6 טע זײַט פֿון 6)
איך עפֿן עס אויף און זע נישט קיין רינגל, נאָר אַ גאָלדן קייטל מיט אַ K אין בריליאַנטן, דעם ערשטן אות פֿון מײַן נאָמען אויף ענגליש.
„פֿאַרוואָס גיסטו מיר אַ מתּנה?“ האָב איך אים געפֿרעגט.
„ווײַל דו ביסט געקומען מיך זען.‟
כ׳האָב עס געוואָלט אָנטאָן אָבער די הענט האָבן זיך בײַ מיר אַזוי געטרייסלט, אַז איך האָב נישט געקענט. ער האָט דאָס קייטל פֿון מיר גענומען און געשטאַנען הינטער מיר. איך האָב אַ ביסל אַראָפּגעבויגן דעם קאָפּ און ער האָט דאָס קייטל מיר אָנגעטאָן. זײַנע הענט האָבן מיר אָנגערירט בײַם קאַרק און איך האָב אַזש דערפֿילט עלעקטרישע שטראָמען דורכן גאַנצן קערפּער. מסתּמא האָב איך אַ ציטער געטאָן, ווײַל ער האָט מיך געפֿרעגט וואָס איז דער מער.
„גאָרניט. אַזאַ שיינע, טײַערע מתּנה,“ האָב איך קוים אַרויסגעשטאַמלט.
ער האָט געשמייכלט צופֿרידן. „אַ שיינע פֿרוי דאַרף טראָגן שיינע זאַכן,“ האָט ער געזאָגט. ”קום. לאָמיר עפּעס איבערכאַפּן.‟
מיר זײַנען געפֿאָרן אין אַ שיינעם רעסטאָראַן. דוד האָט געגעסן אַ סטייק, און איך האָב געגעסן אַ סאַלאַט. בעסער געזאָגט, איך האָב באַשטעלט אַ סאַלאַט, אָבער עסן האָב איך זייער ווייניק. ווען דוד האָט דערזען, אַז איך עס נישט, האָט ער געפֿרעגט צי איך וויל עפּעס טרינקען.
„יאָ“, האָב איך געענטפֿערט, „אַן עפּל מאַרטיני!“ (כאָטש איך טרינק זעלטן ספּירט.)
די אויגן זײַנען בײַ אים געוואָרן גרויס און ער האָט אָנגעהויבן לאַכן: „דו ווייסט, חנה־פֿײַגל, דו געפֿעלסט מיר. פֿון דעם קען עפּעס ווערן. ווען קומסט צוריק? ווען קענסטו קומען צוריק? איכ׳ל דיר קויפֿן אַ בילעט“.
פֿונעם עפּל מאַרטיני האָט זיך מיר שוין געדרייט אין קאָפּ. איך קען אין גאַנצן נישט טרינקען. איך מוז האָבן אַ מין אַלערגיע צו ספּירט, ווײַל כ׳האָב זיך צעוויינט, און געזאָגט דעם אַבסאָלוט פּערפֿעקטן מאַן, אַז איך קען אים מער נישט זען, אַז מיר האָבן נישט קיין צוקונפֿט צוזאַמען ווײַל איך קען נישט וווינען אין זײַן הויז, אַלע די לוסטרעס מאַכן מיר בלינד, איך בין אַזוי אומגעלומפּערט, אַז די ערשטע וואָך וואָלט איך צעבראָכן אַלע קרישטאַלנע וואַזעס.
ער האָט זייער וואַרעם געשמייכלט און מיר געגעבן אַ ווײַס טיכל פֿאַר דער נאָז. „וויין נישט, חנה־פֿײַגעלע. קום, איך וועל דיך אָפּפֿירן צו דײַן זון אין ריווערדייל.‟
איך בין אַנטשלאָפֿן געוואָרן און האָב זיך אויפֿגעוועקט ווען מיר זײַנען שוין געווען אין ריווערדייל. איך האָף אַז איך האָב נישט געכראָפּעט. אין דער פֿרי בין איך נישט געווען זיכער צי דאָס איז געווען אַ חלום, צי גאָר אַ קאָשמאַר, ווײַל איך האָב מיט מײַנע אייגענע הענט אַוועקגעשטופּט אַן אוצר, און יעצט בין איך ווידער אַליין.
כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט חנה־פֿײַגל טערטלטויב, שרײַבט איר אויף דעם אַדרעס: doctorkf@gmail.com
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.