(די 5 טע זײַט פֿון 6)
„ווער זײַנען זיי?“ האָב איך אים געפֿרעגט.
און ער האָט מיר אויסעגרעכנט: „צוויי דינסטן, אַ שאָפֿער, אַ גערטנער, אַ קוכער און אַ קאַמער־דינער וואָס איז אויך אַ הויז־באַדינער“.
ס׳איז מיר אַזש נישט גוט געוואָרן. ווי קום איך צו אַזאַ לעבן? וואָס ווערסטו אַזוי צעקאָכט? פֿרעג איך זיך. ס׳וועט גאָרנישט פֿון דעם ווערן. נעם זיך צום יאָגאַ־אָטעמען און זאָל זיך דיר אויסדאַכטן, אַז דאָס איז אַלץ אַ פֿילם און דו ביסט אַן אַקטריסע. דאָס רעדן צו זיך אַליין האָט טאַקע אַ ביסל געהאָלפֿן, אָבער ס׳האָט מיך סײַ־ווי־סײַ אָנגעהויבן דרייען אין בויך.
„קענען מיר אַרײַנגיין ניצן דעם וואַשצימער?“ האָב איך אים געפֿרעגט.
(אַזאַ עלעגאַנטע אַקטריסע בין איך, האַ־האַ!)
„יאָ, אַוודאי. איך וויל אַז דו זאָלסט דאָס הויז זען“. ער איז צוגעגאַנגען צו דער טיר און אָנגעקלאַפּט. מאָדנע, ער ניצט נישט קיין שליסל. כ׳האָב אים אָנגעקוקט מיט אַ דריי פֿונעם קאָפּ און ער האָט געענטפֿערט: „איך טראָג בײַ זיך קיין מאָל נישט קיין שליסלעך. די דינסט קומט באַלד.“ און נאָך איידער ער האַט אָפּגעזאָגט די ווערטער האָט אַ מונדירטע דינסט אויפֿגעעפֿנט די טיר. כ׳האָב דאָס אויך קיין מאָל נישט געהאַט געזען.
אַז איך דערמאָן זיך יענעם מאָמענט, געדענק איך: אַ סך צימערן, אַ סך לוסטרעס, אַ סך קרישטאַלנע וואַזעס.
ער האָט מיך געוויזן וווּ דער וואַשצימער איז. ג־ט צו דאַנקען אַלץ איז דאָרטן געווען מער ווייניקער נאָרמאַל. ווען איך בין אַרויס האָב איך אים געזען שטיין דאָרטן נישט ווײַט מיט אַ קליין, שיין ווײַס טאָרבעלע אין דער האַנט און ער האַלט דאָס אויס צו מיר מיט נאָך אַ בלישטשנדיקן שמייכל. „דאָס איז פֿאַר דיר.‟ איך בין געבליבן שטיין.
„יאָ, פֿאַר דיר. אַ מתּנה.‟
איך גיב אַ קוק אינעווייניק און זע אַ בלוי סאַמעט קעסטעלע וואָס מע קריגט פֿון אַ יוּוועליר. עס ווערט מיר ווידער נישט גוט. אַ רינגל? שוין? וואָס טוט מען?
„וואָס איז דאָס?“ פֿרעג איך אים, אַ ביסל הייזעריק.
„עפֿן אויף דאָס קעסטעלע, וועסטו זען.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.