(די 2 טע זײַט פֿון 4)
איך בין שיִער נישט אַוועקגעפֿאַלן אויף דער באַנק בײַם טיש, און ער האָט זיך געלאַסן אַוועקגעזעצט אויף זײַן בענקל. עס האָט זיך געגיזלט פֿון אים ווי פֿריִער. זײַן פּנים איז געווען רויט ווי אַ בוראַק און ער האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ. ”פֿאַרשוווּנדן!“ האָט ער שווער אַרויסגעזאָגט. ”פֿאַרשוווּנדן!“
”וואָס איז פֿאַרשוווּנדן?“ פֿרעג איך אים.
”כ׳האָב געהאַט אַ שטיקל פּאַפּיר דאָ אין דער בוזעם־קעשענע, אָבער עס איז נישטאָ! פֿאַרשוווּנדן!“
„און דאָס שטיקל פּאַפּיר זוכסטו אונטערן טיש אויף די קניעס?“
”יאָ! וווּ קען עס זײַן?“
”אפֿשר אין אַן אַנדער קעשענע?“
נישט לאַנג נאָך דעם האָט ער מיך באַגלייט צוריק צו מײַן זונס הויז, און ער איז אַהיימגעפֿאָרן קיין ברוקלין מיט צוויי אויטאָבוסן און דער אונטערבאַן.
נאָך דעם האָב איך דעם יאַנקלען נישט געזען כּמעט צוויי יאָר. במשך פֿון דער צײַט בין איך עטלעכע מאָל געווען אין ניו־יאָרק צו זען די קינדער און אייניקלעך, און יאַנקלען דווקא נישט געזען, כאָטש ער האָט צו מיר געקלונגען. אָבער דאָס מאָל האָב איך קיין ברירה נישט געהאַט.
ווען דער זון מײַנער האָט מיך אָפּגעוואַרט אויפֿן פֿליפֿעלד, האָט ער זיך נישט געקענט אײַנהאַלטן און אויסגעשאָסן דעם סורפּריז: ”מאַמע, איך האָב דיר געקויפֿט צוויי בילעטן צו אַ נײַער פֿאָרשטעלונג אויף בראָדוויי, דער שלאַגער ”די היומאַנס“ [„די בני־אָדם‟], וואָס האָט מיט עטלעכע חדשים צוריק באַקומען אַ ׳טאָני׳ פּרעמיע.‟
”אָבער, טײַערער, איך גיי זייער אָפֿט אין טעאַטער אין דער היים. איך אַבאָניר זיך אין פֿיר טעאַטערס.“
”ס׳איז פֿאַרפֿאַלן, מאַמע. אָט זײַנען די בילעטן. מע קערט נישט אום דאָס געלט“. און ער גיט זיי מיר אין דער האַנט. ווען איך האָב געזען וויפֿל די בילעטן קאָסטן איז מיר נישט גוט געוואָרן: $350 פֿאַר צוויי בילעטן! דאָס איז ממש אַ גנבֿה, האָב איך געטראַכט, אָבער געזאָגט האָב איך נאָר: ”אַ דאַנק“.
די בילעטן זײַנען געווען אויפֿן צווייטן טאָג. נו, וועמען קען מען פֿאַרבעטן אַזוי שפּעט, ממש אין דער לעצטער מינוט? די טאָכטער איז צעקריגט מיטן זון, זאָגט זי זיך אָפּ: ”האַ, ער מיינט, אַז מיט די בילעטן וועט ער מיך אָפּקויפֿן? נישט מיך! איך דאַרף נישט האָבן זײַנע בילעטן! בעט אַ צווייטן“. דאָס האָב איך שוין אַליין געוווּסט, אָבער וועמען? מײַן רײַכער קאַוואַליער (//yiddish.forward.com/articles/199460/can-a-suitor-be-too-perfect/) איז געווען זייער צופֿרידן פֿון מיר צו הערן אָבער ער האָט געזאָגט, אַז ער איז דעם צווייטן טאָג פֿאַרנומען מיט אַן אייניקלס בת־מיצווה. איז וואָס טוט מען? יאַנקל, ווייס איך, איז אַלע מאָל גרייט מיך צו זען. איך מיין, אַז ער איז געזעסן בײַם טעלעפֿאָן די גאַנצע צײַט וואַרטנדיק אויף מײַן קלונג, ווײַל ער האָט גלײַך אויפֿגעהויבן די טרובקע (יאָ, ער האָט נאָך אַ טרובקע!)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.