(די 3 טע זײַט פֿון 4)
ער האָט זיך שטאַרק דערפֿרייט און מיך עטלעכע מאָל באַדאַנקט וואָס איך האָב אים אין זינען געהאַט. דער אמת איז, אַז ער האָט אַזאַ גוטע נאַטור, אַז מע קען אים נישט באַליידיקן. ”אָבער דו ביסט געווען דער דריטער וואָס איך האָב געקלונען,“ האָב איך זיך מודה געווען. האָט ער געענטפֿערט: ”אָבער איך האָב פֿאָרט די זכיה דיך צו באַגלייטן.‟
”וועסט אויך האָבן די זכיה מיך צו נעמען אין דעם פֿײַנעם פֿראַנצייזישן רעסטאָראַן ניט ווײַט פֿונעם טעאַטער.“
”מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן.“
”גוט, יאַנקל, וועלן מיר זיך טרעפֿן מאָרגן אין רעסטאָראַן פֿינף אַ זייגער! די פֿאָרשטעלונג הייבט זיך אָן זיבן אַ זייגער, וועלן מיר האָבן גענוג צײַט צו עסן און רעדן פּאָליטיק.‟
פּונקט פֿינף אַ זייגער בין איך געזעסן בײַ אַ טיש אין רעסטאָראַן, און נישקשה, יאַנקל איז אַנגעקומען מיט פֿופֿצן מינוט שפּעטער. איידער ער זעצט זיך אַוועק גיט ער מיר אַ פּלאַסטישע טאָרבע און זאָגט, ”אַ קליינע מתּנה. באַשטעל וואָס דו ווילסט, איך מוז זיך אַנטשולדיקן“. און ער כאַפּט זיך אָן בײַם בויך און הינקעט אַוועק, מסתּמא אין קלאָזעט.
די קעלנערין ברענגט צוויי מעניוס און זעענדיק, אַז קיינער זיצן נישט אין אַנדערן בענקל זאָגט זי, אַז זי קומט באַלד צוריק. איך ווייס גלײַך וואָס איך וויל — אַ סטייק; ווײַל זייער זעלטן עס איך רינדערן פֿלייש. פֿופֿצן מינוט שפּעטער קומט זי צוריק און יאַנקל איז נאַך אַלץ נישטאָ. פֿרעגט זי צי זי זאָל נאָך וואַרטן, און איך ווייס איר נישט וואָס צו ענטפֿערן. איך זיץ און וואַרט און קוק זיך אַרום ביז דאָס וואַרטן טראָגט מיך אונטער. ס’איז שוין פֿינף און צוואַנציק מינוט וואָס ער איז דאָרטן וווּ דער קייסער גייט אַליין און איך בין שוין גוט הונגעריק. ווען די קעלנערין קומט צוריק צום דריטן מאָל, זאָג איך איר שוין וואָס איך וויל, און פֿאַר יאַנקלען באַשטעל איך די איינציקע זאַך וואָס איך ווייס אַז ער וועט עסן. „פּאַסטאַ‟ הייסט עס; מע רעכנט פֿאַר דעם דרײַסיק דאַלאַר, אָבער איך ווייס און איר ווייסט אויך, אַז דאָס מיינט פּראָסט־און־פּשוט — לאָקשן.
איך בעט מע זאָל אים ברענגען לאָקשן מיט אַ קליין שיסל פּאָמידאָרן־סאָס אויף דער זײַט. ווען יאַנקל קומט צוריק צום טיש איז עס שוין כּמעט זעקס אַזייגער און איך האָב שוין כּמעט אויפֿגעגעסן מײַן סטייק. יאַנקלס לאָקשן זײַנען פֿאַרגליווערט געוואָרן און ס׳איז שוין דאָ אַ פּלעווקע אויפֿן סאָס. איך קוק אים אָן מיט אויסגעגלאָצטע אויגן און ער פֿרייט זיך. ”זייער גוט וואָס דו האָסט מיר באַשטעלט לאָקשן. כ׳האָב ליב לאָקשן.‟ מיט אַ ברייטן שמייכל האַלט ער אויס צו מיר אַ גאָפּל מיט קאַלטע פֿאַרגליווערטע לאָקשן און בעט איך זאָל פֿאַרזוכן ווי גוט זיי זײַנען. איך זאָג זיך אָפּ פֿון דעם מאכל און זאָג אים, אַז ער זאָל גיך אָפּעסן ווײַל איך וויל נישט אַז מיר זאָלן פֿאַרשפּעטיקן די פֿאָרשטעלונג. דער בויך מײַנער הייבט מיר אָן צו דרייען ווען נאָך פֿינף מינוט גיט ער מיר זײַן קרעדיט־קאַרטל, הייסט מיר באַצאָלן און אַנטשולדיקט זיך ווידער. איך טרינק אַ קאַווע און הייס די קעלנערען אײַנפּאַקן דאָס רעשטע פֿון מײַן סטייק. איך באַצאָל און וואַרט אויף יאַנקלען בײַ דער קאַסע. און איך וואַרט. איך זע די טיר פֿונעם קלאָזעט פֿאַר מענער. איך זע ווער ס׳גייט אַרײַן און ווער ס׳גייט אַרויס. דרײַ מענטשן זײַנען שוין אַרויס און יאַנקל איז צווישן זיי נישטאָ. כ׳האָב זיך גוט געשעמט ווען איך האָב געפֿרעגט אַ קעלנער וויפֿל זיצערטער זײַנען פֿאַראַן אינעם מענער־צימער, אָבער כ׳האָב געוואָלט דערגיין דעם סוד, וווּ איז יאַנקל אַהינגעקומען? דערנאָך איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז איך זאָל מאַכן הקפֿות איבערן רעסטאָראַן און קוקן אונטער די טישן. אפֿשר האָט ער ווידער עפּעס פֿאַרלוירן און ער זוכט עס אויף דער פּאָדלאָגע. און אפֿשר האָט ער גאָר געטראָפֿן אַ באַקאַנטן און זיצט מיט אים אין אַ ווינקל און רעדט?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.