דער פּרינץ זיצט אויפֿן טראָן

When the Prince Is Busy On the Throne

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published October 07, 2016, issue of October 26, 2016.

(די 4 טע זײַט פֿון 4)

אַ נעכטיקער טאָג! ער זיצט נישט און ער זוכט נישט אויף דער פּאָדלאָגע. אַלע קעלנערס האָבן געזען ווי נערוועז איך בין, זײַנען זיי אויך געוואָרן נערוועז. איינער האָט געשעפּטשעט צום צווייטן: ”וווּ קען דער מאַן זײַן?“ זיי האָבן דאָס אָנגענומען ווי זייערס אַ זאָרג. איינעם איז אײַנגעפֿאַלן צו זוכן אויפֿן צווייטן שטאָק, ווײַל דאָרטן איז אויך דאָ אָ קלאָזעט. אַ צווייטער האָט געזוכט אויף דער גאַס. אַכט מינוט פֿאַר זיבן אַ זייגער קומט אַ שמייכלדיקער יאַנקל אַרויס פֿון אַ קליין טירל אונטער אַ גאַנג טרעפּ — ווײַזט אויס, אַ קלאָזעט פֿאַר די מענטשן וואָס אַרבעטן אין רעסטאָראַן. איך קוק אים אָן און ווען איך זאָג ”יאַנקל!“ הייבן אַלע אָנגעשטעלטע אָן צו פּאַטשן בראַוואָ. יאַנקלען האָט מסתּמא זיך אויסגעדאַכט, אַז ער האָט געטאָן עפּעס אַ גוטע זאַך, האָט ער זיך נאָך מער צעשמייכלט און גענייגט צו זיי דעם קאָפּ. איך האָב אים געשטופּט בײַ דער פּלייצע און געזאָגט, ”גיי, יאַנקל, גיי!“ די אָנגעשטעלטע האָבן מיר נאָכגעמאַכט און אויך געזאָגט אין איינעם: ”גיי, יאַנקל, גיי!“ 

אויף דער גאַס האָב איך אים געשלעפּט פֿאַר אַ האַנט צוויי בלאָק און אים געגעבן מוסר. ”דו האָסט מיך איבערגעלאָזט אַליין די גאַנצע צײַט. ביסט קראַנק? וואָס איז מיט דיר?“ ער איז געווען שאָקירט. ”איך בין נאָר געווען אין קלאָזעט צען מינוט.‟

גוט וואָס דער טעאַטער איז נאָר געווען צוויי בלאָק פֿונעם רעסטאָראַן ווײַל מיר זײַנען אָנגעקומען צוויי מינוט פֿאַר זיבן. מײַן האַרץ האָט געקלאַפּט ווי אַ האַמער. איך האָב דעם אָרדענער געוויזן די בילעטן, און ער האָט אונדז צוגעבראַכט צו אונדזערע זיצפּלעצער. איך בין אַרײַן אין דער ריי, און יאַנקל שטייט שוין אינעם דורכגאַנג און זאָגט מיר, ”איך קום באַלד צוריק.‟ כ׳האָב זיך געוואָלט אַרויסרײַסן די האָר פֿון קאָפּ. דעם גאַנצן אָוונט האָב איך אים שוין מער נישט געזען.

נײַן אַ זייגער, ווען די פֿאָרשטעלונג האָט זיך געענדיקט, האָב איך דערזען אַן אָנזאָג אויף דער צעלקע, אַז מײַן זון וואַרט אויף מיר פֿאַרן טעאַטער. כ׳האָב יאַנקלען אין ערגעץ נישט געזען, אַפֿילו זיך צו געזעגענען. כ׳האָב מײַן זון געגעבן דאָס רעשטע פֿון מײַן סטייק. ער האָט זיך געלעקט די פֿינגער אין טאַקסי, און איך האָב אים דערציילט די גאַנצע מעשׁה. ער האָט זיך גוט אָנגעלאַכט און געזאָגט אַז יאַנקל מוז זײַן אַ פּרינץ ווײַל ער זיצט כּסדר אויפֿן טראָן. איך האָב נישט מיטגעלאַכט.

אין דער פֿרי האָט יאַנקל מיר געקלונגען און געזאָגט, אַז דאָס ביסל וואָס ער האָט יאָ געזען פֿון דער פֿאָרשטעלונג איז אים נישט געפֿעלן, און זי איז זיכער נישט ווערט געווען דאָס געלט וואָס דער זון האָט אויף די בילעטן אויסגעגעבן. 

יענער פּרינץ…


כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט חנה־פֿײַגל טערטלטויב, שרײַבט איר אויף דעם אַדרעס: doctorkf@gmail.com