שׂינאה צו קעץ – נישט בלויז בײַ „אײַסיס"

Hostility to Cats: Not Only ISIS


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 11, 2016, issue of October 26, 2016.

צוליב די ימים־נוראים, האָט זיך אין די ייִדישע קהילות אָנגעהויבן אַ נײַער ציקל דעבאַטן וועגן די כּפּרות־הינער. אין דער זעלבער צײַט, האָט זיך אין דער וועלט געשען גאָר אַן אַנדער מעשׂה, וואָס האָט צו טאָן מיט צער־בעלי־חיים. דינסטיק, דעם צווייטן טאָג ראָש־השנה, האָבן די פֿירער פֿון „אײַסיס‟ פֿאַרווערט די תּושבֿים פֿון דער איראַקישער שטאָט מאָסול אויפֿצוציִען קעץ אין שטוב. מע גיט איבער, אַז די מיליטאַנטן האָבן שוין אָנגעהויבן סיסטעמאַטיש אויסהרגענען די חיות.

הגם די עקסטרעמיסטישע אָרגאַניזאַציע האָט אַ פֿעסטע רעפּוטאַציע פֿון משוגעים, האָט די דאָזיקע ידיעה פֿאַרחידושט אַ סך מענטשן, ווײַל לויט דער מוסולמענישער טראַדיציע דאַרף מען דווקא מכבד זײַן די קעץ. מע דערציילט, אַז דער נבֿיא מוכאַמאַד אַליין האָט ליב געהאַט די דאָזיקע חנעוודיקע בעלי־חיים; איינמאָל האָט ער געדאַרפֿט אויפֿשטיין צו דאַוונען, אָבער נישט געוואָלט אויפֿוועקן זײַן באַליבטע קאַץ מועזאַ, וועלכע האָט זיך צוגעטוליעט צו זײַן כאַלאַט. כּדי די קאַץ זאָל שלאָפֿן רויִק, האָט מוכאַמאַד צעשניטן זײַנע בגדים.

איינע פֿון די וויכטיקסטע פֿיגורן אין דער סוניטישער טראַדיציע, אַבו הורײַראַ, וואָס מיינט „דער טאַטע פֿונעם קעצעלע‟, האָט באַקומען דעם דאָזיקן צונאָנען פֿון מוכאַמאַדן צוליב זײַן באַזונדערער ליבשאַפֿט צו קעצעלעך. ביז איצט האָבן די טעראָריסטן זיך כּסדר פֿאָטאָגראַפֿירט מיט קעץ, כּדי זיך פֿאָרצושטעלן, כּלומרשט, ווי אַן איידעלע חבֿרה.

מיט אַ יאָר צוריק, בעת מײַן קורצער נסיעה קיין מאַראָקאָ, האָב איך געזען ממש אומצאָליקע קעץ אויף די גאַסן פֿון קאַסאַבלאַנקע. הגם זיי זענען לאַוו־דווקא געוווּנטשענע געסט אין די אָרטיקע מעטשעטן, זענען זיי אַ פּראָמינענטער עלעמענט פֿון דער אָרטיקער לאַנדשאַפֿט. מײַנע באַקאַנטע האָבן מיר דערציילט, אַז אין סיריע און איראַק טרעפֿט מען זיי אויף שריט און טריט.

די פּוכיקע פּערסישע קעץ זענען אַ רעזולטאַט פֿון אַ דורות־לאַנגער איראַנישער טראַדיציע. במשך פֿון הונדערטער יאָרן, האָבן די איראַנער אויפֿגעצויגן באַזונדערס שיינע קעץ־פּאָראָדעס. די שיִיִטן, וואָס לײַדן פֿון שרעקלעכע רדיפֿות מצד „אײַסיס‟, האָבן חוזק געמאַכט פֿונעם נײַעם טעראָריסטישן „חידוש‟ און באַמערקט, אַז דער באַקאַנטער שיִיִטישער אַיאַטאָלאַ אַלי אַל־סיסטאַני, וועלכער וווינט אין דער איראַקישער שטאָט נאַדזשאַף איז אויך באַקאַנט ווי אַ ליבהאָבער פֿון קעץ.

אין פֿאַרגלײַך מיט איראַק, וווּ בלויז די עקסטרעמסטע קרײַזן האָבן פֿײַנט די קעץ, איז אין דער הײַנטיקער פֿרומער ייִדישער וועלט ברייט פֿאַרשפּרייט אַ היפּש נעגאַטיווע באַציִונג צו אַלע שטוב־חיות. פֿאַר ס׳רובֿ חרדים זענען די כּפּרות־הינער פֿאַקטיש די איינציקע לעבעדיקע באַשעפֿעניש, וואָס זיי האָבן נישט מורא צו האַלטן אין די הענט.

אין עקסטרעמע פֿאַלן פֿירן זיך אויף געוויסע פֿרומע יחידים נישט בעסער, ווי „אײַסיס‟. אַבֿרהם־מרדכי ראָזענפֿעלד, דער ירושלימער חסידישער מלמד, וואָס זיצט איצט אין תּפֿיסה פֿאַרן פֿאַרגוואַלדיקן חדר־ייִנגלעך, האָט אַמאָל געשלאָגן אַ קאַץ אויף טויט פֿאַר די אויגן פֿון זײַנע תּלמידים. אין ארץ־ישׂראל טרעפֿן זיך אויך כוליגאַנען, וואָס וואַרפֿן אַרײַן לעבעדיקע קעצעלעך אין די ל״ג־בעומרדיקע שײַטערס.

די קנאַפּע צאָל פֿרומע קעץ־האַלטער אין באָראָ־פּאַרק אָדער מאָנסי באַקומען אַ רעפּוטאַציע פֿון עקסצענטרישע טיפּן. געוויינטלעך, זענען זיי מאָדערנע אָרטאָדאָקסן אָדער בעל־תּשובֿות. אין מיזרח־אייראָפּע איז דער מצבֿ אָבער געווען גאַנץ אַנדערש. היסטאָריש גערעדט, איז אַכזריות לגבי קעץ, בפֿרט די שוואַרצע, געווען פֿאַרשפּרייט דווקא אין פֿראַנקרײַך און אַנדערע קאַטוילישע לענדער. אַזוי ווי בײַ די נאָרמאַטיווע מוסולמענער און אינעם אַמאָליקן ייִדישן שטעטל, מיינען די מיזרח־אייראָפּעיִשע פּראַוואָסלאַוונע קריסטן, אַז אַ קאַץ איז אַ נוצלעכע און ציכטיקע חיה; להיפּוך צו די הינט, מעג זי אַרײַנקומען אין אַ קלויסטער.