אַ סאַלוט דעם עלטסטן ייִדישן זשורנאַליסט

A Salute to the Oldest Yiddish Journalist

יצחק לודען
Bella Bryks-Klein
יצחק לודען

פֿון באָריס סאַנדלער

Published October 13, 2016, issue of October 26, 2016.

מיט אַ גרינג האַרץ שרײַב איך איצט די נאָטיצן וועגן דעם גלענצנדיקן זשורנאַליסט און רעדאַקטאָר יצחק לודען.

ממש ערבֿ ראָש־השנה האָב איך באַקומען פֿון אים אַ בליץ־בריוול מיט גוטע ווינטשעוואַניעס, וווּ ער שרײַבט אויך: „זײַ מיר מוחל, וואָס איך האָב זיך נישט פֿריִער אָפּגערופֿן — דו ווייסט דאָך, אַז אָקטאָבער איז נישט בלויז דער חודש, אין וועלכן איך בין געבוירן געוואָרן, נאָר אויך דער חודש, אין וועלכן איך עלטער זיך פֿון יאָר צו יאָר. און עלטערן זיך איז נישט קיין לײַכטע מלאָכה. איך בין שוין נישט יענער צעלייגער, וואָס מיט אַ יאָר־צוויי צוריק, נאָר, ווי מען זאָגט בײַ אונדז: שוין אויס קאַפּעליושמאַכער…”

יאָ, אמת, קיין וואָרט נישט איבערגעטריבן — מײַן טײַערער פֿרײַנד, יצחק לודען ווערט דעם 22סטן אָקטאָבער 92 ביז 120 (לויט די אָנווײַזונגען אינעם „לעקסיקאָן פֿון ייִדיש־שרײַבערס”); לויט זײַנע אייגענע קווענקלענדיקע ידיעות איז ער געבוירן געוואָרן מיט צוויי יאָר פֿריִער. ווי עס זאָל נישט זײַן, דער עיקר איז, אַז כ׳קאָן עס טאָן, זײַענדיק זיכער, אַז יצחק וועט די דאָזיקע נאָטיצן אַליין איבערלייענען.

לודענס לעבנס־גורל איז פּאַראַדאָקסאַל און איראָניש, וואָס האָט זיך אַוודאי אָפּגעשפּיגלט אין זײַן אָנגעזעטיקטער שאַפֿערישער טעטיקייט און אין זײַן זשורנאַליסטישן סטיל.

מיר קענען זיך שוין אַ פֿערטל יאָרהונדערט. ווי זאָגט מען: ס׳האָט זיך צווישן אונדז באַלד געשאַפֿן אַ כעמיע. זיך צונויפֿגיין לײַכט מיט מענטשן ליגט אין לודענס טבֿע; פּונקט ווי שאַרף אָפּצוענטפֿערן, אַפֿילו איבערצורײַסן די באַציִונגען, ווען דאָס קומט אין סתּירות מיט זײַנע פּרינציפּן. יצחק האָט געקאָנט זײַן גערעכט אָדער נישט גערעכט אין זײַנע וויכּוחים, אָבער קיין מאָל נישט גלײַכגילטיק. ער אַליין פֿלעגט וועגן זיך זאָגן: „כ׳ווייס, כ׳בין אַ שייגעץ…”. אַזאַ קריטיש „סעלפֿי” האָט אים דערמעגלעכט צו זאָגן און אַרײַנזאָגן קורץ און שאַרף אַ צווייטן. אַזוי איז געווען בעת די פֿאַרזאַמלונגען אין „לייוויק־הויז”, און אַזוי איז עס געווען אויף די זיצונגען פֿון „וועלט־ראַט פֿאַר ייִדיש”, וווּ מיר האָבן זיך ביידע אַקטיוו באַטייליקט. דעם אמת געזאָגט, פֿלעג איך נישט איין מאָל ספּעציעל קומען פֿון ירושלים, וווּ כ׳האָב געוווינט, קיין תּל־אָבֿיבֿ, ווײַל כ׳האָב געוווּסט, אַז לודען וועט „נעמען אַ וואָרט”.

לודענען געהערט אויך אַן אַנדער אַפֿאָריסטישער זאָג, וואָס ער האָט נישט איין מאָל אויסגענוצט סײַ בעל־פּה סײַ בכּתבֿ: „אַז ס׳איז אַזוי גוט, פֿאַר וואָס זשע איז אַזוי שלעכט?!” — אַ מין הקדמה צו זײַן ווײַטערדיקער קריטיק.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די הויפּט־פֿראַגע פֿון זײַן לעבן איז געווען און געבליבן די פּובליקאַציע „לעבנס־פֿראַגן”, וואָס האָט זיך געשלאָסן ווי אַ פּאַפּירענע אויסגאַבע און דערשײַנט איצט אויף אַן עלעקטראָנישן אופֿן. דערמיט האַלט זיך לודען אויך בײַ דער איראָניע פֿון צײַט: די אַלטע „בונדישע וועלט” איז אונטערגעגאַנגען, צוזאַמען מיט אירע אײַנוווינער און לייענער פֿון דער פּאַפּירענער פּרעסע, און די יונגע „לינקע” ייִדישיסטן קוקן איצט אַרײַן אין דער עלעקטראָנישער צײַטונג „לעבנס־פֿראַגן”. יצחק לודען שטייט אויף דער וואַך ביזן הײַנטיקן טאָג.