אַ בונדיסט וואָס האָט געלערנט טויבע קינדער צו רעדן

A Bundist Leader Who Taught Deaf Children to Speak

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published October 16, 2016, issue of October 26, 2016.

די געשיכטע פֿון „בונד‟ און זײַנע טוער לאָזט זיך דערצײלן אונטער פֿאַרשידענע קוקװינקלען.

מען קאָן זיך, למשל, אָפּגעבן מיט דער פּראַקטישער פּאָליטיק, דער אַקטיװיטעט פֿון בונדיסטישע פֿראַקציעס און אָרגאַניזאַציעס אין מיזרח־אײראָפּע פֿאַר און נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע; אָדער מען קאָן פֿאָרשן די טעאָרעטישע אַנטװיקלונג פֿון דער בונדיסטישער אידעאָלאָגיע, װי אַזױ מען האָט געפּרוּװט צונױפֿברענגען סאָציאַליזם און ייִדישיזם; מען קאָן אױך שטודירן דעם „בונד‟ דורך די לעבנס־געשיכטעס פֿון זײַנע טוער. אַזױ װי אַנדערע ראַדיקאַלע פּאַרטײען, האָט דער „בונד‟ געהאַט אַ טראַדיציע פֿון אָפּגעבן כּבֿוד זײַנע העלדן. אָבער די דאָזיקע טראַדיציע איז געװען לעבעדיק כּל־זמן עס האָט נאָך געלעבט דער דור, װאָס האָט געדענקט די דאָזיקע פֿיגורן. די שפּעטערע היסטאָריקער האָבן זיך מער אינטערעסירט מיט די כּלל־ענינים אײדער מיט די יחידים.

די נײַע ביאָגראַפֿיע פֿון ישׂראל ליכטנשטײן (1883 — 1933), דעם חשובֿן אָנפֿירער פֿונעם לאָדזשער „בונד‟, איז אַן אומקער צו דער אַלטער טראַדיציע פֿון פּאָליטישע ביאָגראַפֿיעס. אָבער דאָס מאָל שרײַבט מען ניט פֿאַר די „אײגענע‟, נאָר פֿאַר „פֿרעמדע‟ — פֿאַרן עולם, װאָס האָט אַ קנאַפּן פֿאַרשטאַנד װעגן דעם „בונד‟ און בכּלל װעגן דעם פּױלישן ייִדנטום. בעת די נעמען פֿון חשובֿע ייִדישע סאָציאַליסטן פֿון דער פֿאַר־חורבן־תּקופֿה פֿאַרשװינדן פֿונעם ייִדישן קאָלעקטיװן זכּרון, דערמאָנט מען אָן זײ דאָרט, װוּ זײ זײַנען געװען טעטיק. עס איז מערקװירדיק, אַז ליכנטשטײנס ביאָגראַפֿיע איז אַרױסגעגעבן געוואָרן דורכן פּױלישן „אינסטיטוט פֿונעם נאַציאָנאַלן זכּרון‟. די דאָזיקע מלוכישע אַנשטאַלט איז געשאַפֿן געװאָרן נאָכן צעפֿאַל פֿון קאָמוניזם, כּדי װידעראױפֿצושטעלן דעם „עכטן‟ היסטאָרישן זכּרון פֿונעם פּױלישן פֿאָלק. אַװדאי איז דאָס זײער אַ סענסיטיװ געביט, בפֿרט אין דער הײַנטיקער פּאָליטישער אַטמאָספֿער, און צומאָל באַשולדיקט מען דעם דאָזיקן אינסטיטוט אין שטיצן נאַציאָנאַליסטישע געפֿילן.

אָבער אַ ביאָגראַפֿיע פֿון אַ פּראָמינענטן בונדיסט איז אַ גוטער סימן, אַז די „אָפֿיציעלע‟ פּױלישע געשיכטע נעמט אַרײַן אױך דעם ייִדישן עבֿר. דער מחבר מיכאַל טרעמבאַטש האָט דורכגעפֿירט אַ גרונדיקע פֿאָרשונג פֿון ייִדישע און פּױלישע מקורים, און האָט רעקאָנסטרויִרט אין אַ סך פּרטים סײַ דאָס לעבן סײַ די פּאָליטישע טעטיקײט פֿון זײַן העלד. פֿאַרן יסוד פֿאַר זײַנע חקירות האָט ער גענומען „ישׂראל ליכטנשטײן געדענקבוך‟, װאָס איז אַרױס אין מעקסיקע אין 1967. דערצו האָט ער זיך באַנוצט מיט דער לאָדזשער פּרעסע און מיט אַרכיװאַלע מאַטעריאַלן פֿון דער לאָדזשער שטאָט־פֿאַרװאַלטונג. דאָס האָט אים דערמעגלעכט צו שילדערן ליכטנשטײנס פּאָליטישע טעטיקײט װי אַ דעפּוטאַט פֿונעם „בונד‟ אין די יאָרן 1919–1933.