אַן אָפּשאַצונג לכּבֿוד זײַן געווינען דעם נאָבעל־פּריז פֿאַר ליטעראַטור, פֿאַרן יאָר 2016
דער פֿאַקט, אַז באָב דילאַן איז איינער פֿון פֿינף ייִדישע לאַורעאַטן פֿונעם „נאָבעל‟־פּריז פֿאַר ליטעראַטור במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 15 יאָר, איז אין דער אמתן נישט אַזוי מערקווירדיק ווי דער פֿאַקט, אַז ער איז דער ערשטער אַמעריקאַנער צו געווינען דעם כּבֿוד זינט טאָני מאָריסאָן האָט באַקומען דעם ליטעראַטור־פּריז אין 1993.
אין 2008 האָט האָראַס ענגדאַל, דער דעמאָלטדיקער פּערמאַנענטער סעקרעטאַר פֿונעם „נאָבעל‟־זשורי, באַמערקט, אַז די אַמעריקאַנער ליטעראַטור איז „צו איזאָלירט און פּראָווינציעל‟ צו ווערן אַנערקענט פֿונעם זשורי. אָבער אויב דילאַנס געווינען דעם פּריז איבער די מער אָנגעזעענע אַמעריקאַנער שרײַבער ווי פֿיליפּ ראָט האָט געזאָלט דינען ווי „אַ פֿײַג‟ דער אַלטער גוואַרדיע אַמעריקאַנער פּאָסט־מאָדערנע שרײַבער, איז ענדגאַלס סטראַטעגיע פּראָסט־און־פּשוט דורכגעפֿאַלן, ווײַל באָב דילאַן איז פֿאַקטיש דער רעוואָלוציאָנערסטער אַרטיסט פֿון די לעצטע 50 יאָר, און זײַנע אינאָוואַציעס אינעם באַגריף פֿון אַ פּאָפּולער ליד האָבן נישט בלויז פֿאַרווישט די אונטערשיידן צווישן פּאָעזיע און געזאַנגלידער, נאָר אויך אָפּגעמעקט די גרענעצן צווישן דער הויכער קונסט און דער פּאָפּולערער קולטור.
ווי אַלע גרויסע קינסטלער, איז דילאַן תּמיד פֿאַרבליבן אַ דרויסנדיקע פֿיגור, און דערפֿאַר איז טאַקע זייער פּאַסיק וואָס ער איז געוואָרן דער איינציקער לידער־שאַפֿער (פֿון טעקסט און מוזיק) וואָס האָט אַמאָל באַקומען דעם „נאָבעל‟־פּריז — און מסתּמא אויך דער איינציקער וואָס וואָלט געקאָנט פֿאַרדינען אַזאַ כּבֿוד.
ס׳איז אמת, אַז מע קען געפֿינען אויסערגעוויינטלעכע פּאָעזיע אויך בײַ לענאַרד כּהן, דזשאָוני מיטשעל אָדער סטיוו ערל, אָבער אַלע דרײַ ניצן, אין תּוך, אַ ווערסיע פֿון ערנסטער פּאָפּולערער קונסט, וואָס דילאַן האָט אַליין געשאַפֿן: אַ צונויפֿוועב פֿון אַמעריקאַנער פֿאָלקסמוזיק, „בלוז‟, גאָספּעל־לידער און „קאַנטרי‟־מוזיק מיט מאָדערניסטישער פּאָעזיע. איידער דאָס ייִדישע ייִנגל פֿון מינעסאָטע האָט געקויפֿט זײַן ערשטער גיטאַר, איז אַזאַ קאָמבינאַציע נישט געהערט געוואָרן.
צו שאַפֿן זײַנע לידער האָט דילאַן געבאָרגט מוזיקאַלישע עלעמענטן פֿון אַנדערע עטנישע גרופּעס וואָס זענען אַ סך מער פֿאַרבונדן מיט דער טראַדיציאָנאַלער אַמעריקאַנער לאַנדשאַפֿט ווי די פּאָפּ־קולטור וואָס ער האָט געקענט, ווי אַ קינד פֿונעם צווייטן דור אין אַמעריקע. כּדי זיך אַליין צו פֿאַרוואַנדלען אין אַ מין טרובאַדור פֿון אַזאַ מוזיק האָט ער אָבער געדאַרפֿט צו ערשט מאַסקירן זײַן אייגענע אידענטיטעט. מסתּמא דערפֿאַר האָט ער פֿאַרביטן זײַן משפּחה־נאָמען „זימערמאַן‟ אויף „דילאַן‟, און האָט נישט לאַנג נאָך דעם אָנגעהויבן זײַן 40־יאָריקן וואַנדערוועג, אויסשפּילנדיק דורך זײַנע לידער אַ שלל מיט ראָלעס: דער פּאָליטישער דעמאָנסטראַנט, דער נאַרקאָטיק־פֿאַרשיכּורטער סוררעאַליסט, דער משפּחה־מענטש, דער מגיד, דער האַלב־חסידישער מיסטיקער, און אַפֿילו דער „נײַ־געבוירענער‟ קריסט. זײַן קונסט האָט אין גאַנצן געביטן די דעפֿיניציע פֿון געזאַנג, פּונקט אַזוי ווי זײַן שרײַבן האָט געביטן די דעפֿיניציע פֿון פּאָעזיע.
אין אַן אַרטיקל אינעם Forward אין 2009, האָט סעט ראָגאָוווי געשריבן עפּעס וואָס איז מיר אַליין שוין אײַנגעפֿאַלן. ער האָט פֿאַרגליכן דילאַן מיט אליקום צונזער (1863־1913), אַ געניאַלער ייִדישער פֿאָלקספּאָעט וואָס איז געווען איינער פֿון די ערשטער גראַממײַסטער אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. אַזוי ווי דילאַן, האָט צונזער געהאַט אַ חוש פֿאַר לינגוויסטישער שאַפֿערישקייט און אַ ברען אויסצוניצן אַן עפֿנטלעכע פּלאַטפֿאָרמע כּדי אויסצודריקן פּריוואַטע טענות; בײַ צונזערן איז עס געווען זײַן פּראָטעסט קעגן דער ייִדישער מאה־דעה אין זײַן היימשטאָט, ווילנע. ס׳איז אָבער פֿאַראַן איין גרויסער אונטערשייד צווישן די צוויי פּאָעטן. אין פֿאַרגלײַך מיט דילאַן, איז צונזער פֿאַרבליבן טיף פֿאַרוואָרצלט אין דער ייִדישער קולטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.