(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַ בעסערער פֿאַרגלײַך איז מסתּמא די ליטעראַרישע באַוועגונג וואָס האָט זיך אָנגעהויבן עטלעכע יאָר נאָך צונזערס פּטירה אויפֿן „איסט סײַד‟: די אינזיכיסטן — דער אינטראָספּעקטיווער אַוואַנגאַרד פֿון דער צווישן־מלחמהדיקער ייִדישער פּאָעזיע. ווי דילאַן, האָבן די פּאָעטן אַ. לעיעלעס (1889־1966) און יעקבֿ גלאַטשטיין (1896־1971) געפֿירט אַ ברענענדיקע ליבע מיט דער אַמעריקאַנער קולטור, אַרויסקוקנדיק פֿונעם „בעטאָנענעם דזשאָנגל‟ אין דרום־מאַנהעטן, דורכן שלייער פֿון דער ייִדישער שפּראַך, וואָס זיי האָבן איבערגעמאַכט אינעם גײַסט פֿון קלאַסישע פּאָעטישע פֿערזן, שטאָטישע קושמאַרן און אַ שלל פֿון נישט־ייִדישע קולטורעלע און ליטעראַרישע רמזים.
אַזוי ווי די פּאָעזיע פֿון די אינזיכיסטן האָבן באָב דילאַנס בעסטע ווערק געאָטעמט מיטן גײַסט פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק און פּאָעטישער עקספּערימענטאַציע, כאָטש ער האָט געשעפּט זײַן אינספּיראַציע פֿון ראָבערט דזשאָנסאָן און דזשיימס דין, בעת די אינזיכיסטן זענען, ווי צונזער, געבליבן פֿעסט אײַנגעאַנקערט אין דער ייִדישער טראַדיציע.
נאָך דער קאַטאַסטראָפֿע וואָס איז באַפֿאַלן דאָס ייִדישע פֿאָלק, האָט זיך דער טאָן פֿון די אינזיכיסטישע פּאָעטן דראַמאַטיש געענדערט. אַנטשטאָט צו דינען ווי געצן־צעשמעטערער זענען זיי געוואָרן די הספּד־זאָגער. אַן ענלעכע ענדערונג זעט מען בײַ דילאַנס ווערק. נאָך אַ מאָטאָציקל־אַקצידענט אין 1966, האָט ער תּיכּף אויפֿגעהערט צו גאַסטראָלירן, עקספּערימענטירן מיט נאַרקאָטיק און דינען ווי אַ ראָק־און־ראָל שטערן, און זיך אין גאַנצן צוריקגעצויגן צו אַ שטילן משפּחה־לעבן, פּריוואַטער התבודדות און אַ צאַרטערן צוגאַנג צו זײַנע לידער.
דילאַנס פּערזענלעכע טראַנספֿאָרמאַציע איז אפֿשר געווען אַ רעזולטאַט פֿונעם אײַנזעעניש, אַז די אַמעריקאַנער קולטור, וואָס איז אַמאָל באַשטאַנען פֿון עכטע פֿאָלקסלידער געשאַפֿן פֿון די מאַסן, איז שוין פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אונטער דער השפּעה פֿונעם מאָדערנעם שטאָטישן און פֿאָרשטאָטישן (suburban) לעבן־שטייגער, און נאָך מער — אונטערן אײַנפֿלוס פֿון דער אומעטומיקער פּאָפּ־קולטור, וואָס דילאַן האָט יאָרן לאַנג סײַ באַקעמפֿט, סײַ אַליין רעפּרעזענטירט.
ווען דילאַן האָט זיך אומגעקערט צו דער מוזיק־סצענע אין 1997, איז די פֿאָלקסמוזיק פֿון זײַן דמיון שוין געווען פּונקט אַזאַ זעלטנקייט אין אַמעריקע ווי דאָס גערעדטע ייִדיש־לשון. אַזוי ווי די אינזיכיסטן, האָט די געשיכטע געצוווּנגען דילאַן צו פֿאַרלאָזן זײַן שליחות ווי אַ גרויסער אינאָוואַטאָר, און אַנטשטאָט דעם — צו דינען ווי אַן אַפּוטרופּס פֿון דער וווּנדערלעכער מוזיקאַלישער שיטה וואָס ער האָט געהאָלפֿן אַנטוויקלען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.