חב״ד אין קאָרסיקע

Chabad in Corsica

הרבֿ לוי און חיה־מושקע פּינסאָן
Courtesy of The Moscow Jewish Film Festival
הרבֿ לוי און חיה־מושקע פּינסאָן

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 16, 2016, issue of October 26, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אין פֿאַרגלײַך מיטן בשכנותדיקן אינדזל סאַרדיניע, וווּ ייִדן האָבן געוווינט נאָך מיט 2,000 יאָר צוריק, איז די קאָרסיקאַנער קהילה רעלאַטיוו יונג. אַדרבה, קאָרסיקע איז דער איינציקער גענוג גרויסער אינדזל אינעם מיטל־לענדישן ראַיאָן, וווּ די ערשטע ייִדישע תּושבֿים, אויף וויפֿל מע ווייסט, האָבן זיך באַוויזן ערשט אינעם 18טן יאָרהונדערט. אינעם יאָר 1736 האָט דאָרטן אײַנגעפֿירט זײַן אייגענע מלוכה דער דײַטשישער אַוואַנטיריסט מיטן נאָמען טעאָדאָר, וועלכער האָט זיך אינטערעסירט מיט קבלה און ספּעציעל פֿאַרבעטן ייִדן, האָפֿנדיק זיך צו באַקענען מיט זייערע מיסטישע סודות. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, אין 1755 האָט דער גענעראַל פּאַסקאַל פּאַאָלי געשאַפֿן די אומאָפּהענגיקע רעפּובליק. הגם ער האָט געבעטן די איטאַליענישע ייִזן צו באַזעצן זיך אין זײַן אינדזל־לענדל, האָבן זיך אינעם אינדזל קיינמאָל נישט געשאַפֿן קיין גרויסע קהילה.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער קאָרסיקאַנער געהיימער אָרדן „אָמערטאַ‟ (ענלעך צו דער איטאַליענישער מאַפֿיע) וואָס איז פֿאַרבונדן מיט בלוטיקע ווענדעטעס און אַנדערע גוואַלד־פֿאַרברעכנס, האָט דווקא געראַטעוועט הונדערטער ייִדישע פּליטים פֿון די נאַציס בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. דאָס מסרן וועמען־ניט־איז צו דער רעגירונג ווערט באַטראַכט ווי די ערגסטע עבֿירה, לויט די אינערלעכע מאַפֿיע־אָפּמאַכן, דערפֿאַר האָבן די קאָרסיקאַנער מאַפֿיע־לײַט זיך פּרינציפּיעל אָפּגעזאָגט צו קאָאָפּערירן מיט דער פֿאַשיסטישער פֿראַנצויזישער רעגירונג.

אַ גרויסע ראָלע אין דער קאָרסיקאַנער געשיכטע האָבן געשפּילט כּלערליי פּיראַטן, באַנדיטן און אַוואַנטוריסטן. דער סאַמע באַרימטער צווישן זיי איז, מסתּמא, געווען נאַפּאָלעאָן. ווי אַ טיפּישער מוסטער פֿונעם אָרטיקן סאָציאַלן קאָלאָריט, קאָן מען דערמאָנען, אַז דער „קאָרסיקאַנער פֿראָנט פֿון נאַציאָנאַלער באַפֿרײַונג‟ האָט געוואָרנט די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע „אײַסיס‟, אַז טאָמער דערוועגט זי זיך דורכצופֿירן אירע טעראָר־אַקציעס אין קאָרסיקע, וועלן די אָרטיקע מיליטאַנטן ענטפֿערן מיט זייערע אייגענע מעטאָדן. דער „פֿראָנט‟ גופֿא זעט אויס ווי אַ טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע; די קאָרסיקאַנער סעפּאַראַטיסטן באַציִען זיך אָבער מיט דרך־ארץ צו דער ציליווער באַפֿעלקערונג און רײַסן אויף, געוויינטלעך, בלויז פּאָליציי־סטאַנציעס, מיליטערישע באַזעס און אַנדערע סימבאָלן פֿון דער פֿראַנצויזישער מאַכט. צומאָל פֿירן זיי זיך אויף ווי אַ מין פֿאָלק־פּאָליציי און דערהרגענען נאַרקאָטיק־הענדלער און אַנדערע אומגעוווּנטשענע עלעמענטן.

ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז אינעם קולטורעלן זין שיידט זיך קאָרסיקע אָפּ פֿון די ווײַטע פֿראַנצויזישע אינדזלען, וווּ עס הערשט טאַקע פֿראַנצויזיש. להיפּוך, איז קאָרסיקאַניש נעענטער צו די איטאַליענישע דיאַלעקטן. בעת דער רוסיש־פֿראַנצויזישער מלחמה האָבן די רוסישע גענעראַלן גערעדט בעסער אויף פֿראַנצויזיש, ווי נאַפּאָלעאָן, וועלכער האָט זײַן גאַנץ לעבן נישט געקאָנט פּטור ווערן פֿונעם שווערן קאָרסיקאַנער אַקצענט.

וואָס שייך דעם נײַעם בית־חב״ד, איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז ווײַט נישט אַלע חסידישע רביים האָבן זיך נעגאַטיוו באַצויגן צו נאַפּאָלעאָן. אַ סך גרויסע צדיקים, בפֿרט אין פּוילן, האָבן אים געהאַלטן ווי אַ באַפֿרײַער פֿון ייִדן און אַפֿילו אַ משיחישע פֿיגור. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנטיסעמיטישע רוסישע קיניגן, האָט נאַפּאָלעאָן געגעבן די ייִדן פֿולע בירגערלעכע רעכט. הגם זײַן עמאַנציפּאַציע־פּראָיעקט האָט געהאַט אַן אַסימילאַטאָרישן טעם, האָט ער בפֿירוש אָנערקענט דאָס רעכט פֿון דער ייִדישער קהילה צו פֿאָלגן אירע טראַדיציעס. די ליובאַוויטשער באַציִען זיך צו נאַפּאָלעאָנס ירושה מיט אַ באַזונדערער קעגנערשאַפֿט, אָבער אָן די היסטאָרישע נאַפּאָלעאָנישע רעפֿאָרמען, וואָלטן זיי בפֿירוש נישט געקאָנט איצט אויפֿשטעלן אַ נײַעם ייִדישן צענטער אין זײַן געבורט־אָרט.