(די 2 טע זײַט פֿון 3)
אין אַפּריל 2016 האָט װיאָלעטאַ געװיזן יורעקס צװײ פֿאָטאָגראַפֿיעס צו זאָפֿיאַ דראַגאַן, די הױפּט־בילביאָטעקערין פֿון אוכאַניע. נישט געקוקט אויף די פּראָטעסטן פֿונעם דאָרפֿישן גלח, האָט זאָפֿיאַ געשאַפֿן אַ דענקמאָל אינעם ראָטהױז פֿון אוכאַניע. יורעקס פֿאָטאָגראַפֿיעס, זײַנע סקיצעס און אַ ביכל מיט זײַנע אַליין־געשאַפֿענע לידער, Śladem Serca, װאָס זאָפֿיאַ האָט אים געהאָלפֿן פּובליקירן, זײַנען די װיכטיקסטע עקספּאָנאַטן פֿון דער אױסשטעלונג.
מײַן טאַטע איז אָבער לכתּחילה נישט געװען צופֿרידן מיט אונדזער רײַזע קײן פּױלן. „ס׳איז אַן אַנטיסעמיטיש לאַנד,‟ האָט ער מיך געװאָרנט. „פֿאָרט נישט.‟
װי קען מײַן טאַטע טראַכטן אַנדערש װעגן אַ לאַנד װאָס האָט זיך באַטײליקט אין דעם נאַציסטישן געיעג נאָך ייִדן אין די בױדעמס און קעלערס איבער גאַנץ פּוילן? דער היסטאָריקער יאַן גראַבאָװסקי האָט אין זײַן בוך The Hunt for Jews: Betrayal and Murder in German-Occupied Poland (2013) טאקע געשריבן:
„מיר קענען זיך משער זײַן אַז די צאָל קרבנות פֿון אָט דעם געיעג נאָך די ייִדן האָט דערגרײכט 200,000 — און דאָס איז נאָר אין פּױלן,‟ האָט גראַבאָװסקי געשריבן. „לױט די ידיעות פֿון דער שארית־הפּליטה, האָבן די אָרטיקע ׳אַריער׳, די פּױלישע פּױערים, געטראָגן דעם גרעסטן טײל פֿון דעם אַחריות פֿאַר די ייִדנס אומגליק און פֿאַרן טױט פֿון זײערע קרובֿים. דערצו האָבן בערך 400,000 מיטגלידער פֿון דער Armia Krajowa [AK] — די געטרײַע אַנטיקאָמוניסטישער פּאַרטײ — געשפּילט אַ ראָלע אינעם מאָרד און מסירה פֿון די ייִדן. נאָך דער מלחמה האָבן עלעמענטן פון דער AK אויפֿגעהעצט פּאָגראָמען קעגן די לעבן געבליבענע אין די שטעטלעך איבער לובלין.‟
װען איך האָב מײַן טאַטן דערצײלט פֿון אונדזער קומעדיקער טרעפֿונג מיט יערזשע סקאַרזשינסקי, האָט ער זיך איבערגעשראָקן. ער האָט קײן מאָל נישט גערעדט מיט יערזשען, אָבער ער האָט געדענקט זײַן צונאָמען. „װי אַזױ ווייסן מיר, אַז ער איז נישט געװען מיט דער AK?‟ האָט דער טאַטע מיך געפֿרעגט אין אונדזער בײַנאַכטיקן „סקײַפּ‟־קלונג. „איך האָב זיך טאַקע געטראָפֿן מיט יורעקס מאַמע נאָך דער מלחמה. זי האָט נישט געװוּסט, װוּ אירע צװײ זין זײַנען אַהינגעקומען.‟ איז מײַן טאַטע במילא געקומען צום אויספֿיר, אַז די סקאַרזשינסקי־ברידער זײַנען געװען פֿאַרמישט מיטן AK.
װיאָלעטאַ, װעלכע האָט אָרגאַניזירט אונדזער צוזאַמענטרעף מיט יורעקן, האָט אונדז געזאָגט, אַז אין 1943, װען יורעק איז געװען 22 יאָר אַלט, האָבן די דײַטשן אים אַרױסגעשלעפּט פֿון אַ באַן און אים פֿאַרשיקט קײן בערלין אױף שקלאַפֿן־אַרבעט. װען יורעק איז נאָך דער מלחמה צוריקגעקומען קײן פּױלן, האָט ער זיך באַזעצט אין גדאַנסק — 400 מײַל פֿון אוכאַניע. ער האָט זײַנע עלטערן אײַנגערעדט צו װױנען דערבײַ. פֿון דעמאָלט אָן האָט קיינער פֿון זיי נישט אַרײַנגעטרעטן אין אוכאַניע.
װיאָלעטאַ װיל װײַטער אינטערװיויִרן יורעקן, ביז װאַנען זי װעט אױסגעפֿינען פֿאַר װאָס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.