אין וואַרשע און לובלין — אַ ליכטשטראַל איבער די יאָרן

In Warsaw and Lublin, A Ray of Light Across Time

ברכה פֿינקעלשטיין און איר איבערזעצער, סלאַוועק נאָװאָדװאָרסקי (רעכטס) מיט יורעק סקאַרזשינסקי, איר טאַטנס אַמאָליקער שכן פֿונעם פּוילישן שטעטל אוכאַניע, אין זײַן הײַנטיקער שטוב אין וואַרשע
Max Hockley
ברכה פֿינקעלשטיין און איר איבערזעצער, סלאַוועק נאָװאָדװאָרסקי (רעכטס) מיט יורעק סקאַרזשינסקי, איר טאַטנס אַמאָליקער שכן פֿונעם פּוילישן שטעטל אוכאַניע, אין זײַן הײַנטיקער שטוב אין וואַרשע

פֿון ברכה פֿינקעלשטיין

Published November 03, 2016, issue of November 23, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

נאָכן דערלאַנגען טײ און געבעקס צום טיש, האָט יורעק מיר און מאַקסן געזאָגט: „אױב איך װעל רעדן מיט אײַער טאַטן װעלן מיר בײדע נאָר וויינען.‟ מאַקס האָט תּיכּף „געסקײַפּט‟ מײַן טאַטן. ט׳אָסטע! יאַנקל פֿינקעלשטײן און יורעק סקאַרזשינסקי שמועסן שוין אױף פּױליש.

״יורעק!״

״יאַנקל!״

די צוויי „ייִנגלעך‟ פֿון אוכאַניע האָבן אָנגעהויבן רעדן פֿון קלײניקײטן: געדענקסט די װאַסער־פּאָמפּע אינעם מאַרק? געדענקסט קיװע קלײַנער, דעם סאָדע־הענדלער? ער איז געװען דער קאָמישסטער מענטש אין אוכאַניע! און װאָס געדענקסטו וועגן סאַנאַ רױט, דעם קצבֿ? לאַקסמאַן דעם שוסטער? מלך ליפּשיץ דעם רבֿ? און דעם אַרומפֿאָרנדיקן אײער־הענדלער, דעם הױקער? װי אַזױ האָט ער געהײסן?

„דײַן מאַמע איז געװען מײַן לערערין,‟ האָט יאַנקל געזאָגט. „און דײַן טאַטע איז געװען אַ פֿעלדשער. ער האָט מיך געהײלט נאָך דעם, װאָס אַ פֿערד האָט מיר געקאָפּעט אין קאָפּ.‟

„דו געדענקסט מײַנע עלטערן!‟ האָט יורעק אויסגערופֿן.

„און דײַן טאַטע האָט געהאַט אַ לאַנגע באָרד!‟ האָט יאַנקל געזאָגט.

„יאָ!‟

יורעק, אַ געוועזענער נאַפֿט־אַפּאַראַטשיק אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, האָט געפֿרעגט מײַן טאַטן, אױב ער איז געװאָרן אַן „אַמעריקאַנסקער מיליאָנער‟. דער טאַטע האָט זיך צעלאַכט.

„Masz brata w Warszawie!‟ האָט יורעק געזאָגט. „דו האָסט אַ ברודער אין װאַרשע!‟

יורעק אין וואַרשע, און יאַנקל אין טשערי־היל, ניו־דזשערזי, טיילן זיך מיט זייערע זכרונות פֿון זייערע קינדעריאָרן אין פֿאַרמלחמהדיקער אוכאַניע
Max Hockley
יורעק אין וואַרשע, און יאַנקל אין טשערי־היל, ניו־דזשערזי, טיילן זיך מיט זייערע זכרונות פֿון זייערע קינדעריאָרן אין פֿאַרמלחמהדיקער אוכאַניע

דער „סקײַפּ‟־קלונג האָט זיך געענדיקט. מאַקס האָט אויף זײַן מאָבילקע אויסגעזוכט אַ בילד פֿון מײַן 92־יאָריקן טאַטן און עס געוויזן יורעקן. „ער זעט טאַקע אױס װי איך,‟ האָט דער אַלטער באַמערקט. ווען איך האָב שפּעטער גערעדט מיט מײַן טאַטן וועגן יענעם אָוונט, האָט ער געזאָגט: „יאָ, איך ווייס, איך האָב אַ ברודער אין װאַרשע!‟ ער האָט עס געזאָגט איראָניש, אָבער ער האָט פֿאָרט נישט געקענט באַהאַלטן זײַנע וואַרעמע געפֿילן פֿאַר יורעקן.

דערבײַ האָט ער מיט א זיפֿץ צוגעגעבן: „ס׳זענען נישט געװען גענוג יורעקס און סלאַװעקס און װיאָלעטאַס און זאָפֿיאַס.‟