מיט יאָרן צוריק, ווען אַ געוויסע פּערזאָן האָט זיך דערוווּסט, אַז כ׳פֿאַרנעם זיך מיט ייִדישע לידער, איז זײַן ערשטע, ספּאָנטאַנע רעאַקציע געווען: „אוי, ווי טרויעריק זענען ייִדישע לידער! כ׳האָב זיי פֿײַנט.‟
אָפֿט מאָל וועט אַזאַ פּערזאָן אויך חזנישע מוזיק ניט ליב האָבן. יעדן פֿאַלס, כ׳בין געבליבן געפּלעפֿט. וואָס קאָן מען ענטפֿערן אויף אַזאַ רעאַקציע? אויב כ׳וועל שוין עפּעס אויפֿקלערן, וועט עס דען ענדערן די מיינונג פֿון מײַן מיטשמועסער?…און אפֿשר איז די פּערזאָן טאַקע טיילווײַז גערעכט, אַז די צאָל טרויעריקע, פּאַמעלעכע לידער אויף ייִדיש זענען סטאַטיסטיש מער פֿאַרטראָטן אין אָט דעם ספּעציפֿישן רעפּערטואַר? ייִדן האָבן דאָך ניט ווייניק געליטן פון כּל־מיני גזירות, רדיפֿות און אונטערדריקונג. איז עס ניט נאַטירלעך אַז נאָסטאַלגישע אָדער טרויעריקע ייִדישע לידער הערט מען אָפֿטער? אַגבֿ, די וועלכע זענען מבֿטל מיט איין זאַץ די ייִדישע מוזיק זענען כּמעט שטענדיק די זעלבע פּאַרשוינען וועלכע טרייסלען זיך אָפּ אין אַלגעמיין פֿון ייִדיש ווי אַ „גלות‟־שפּראַך.
פֿון דער צווייטער זײַט זענען מיר דאָך אַלע באַוווּסטזיניק פֿונעם ייִדישן אָפּטימיזם און אומאויסשעפּלעכן הומאָר. טאָ ווי קאָן זײַן? איז עס ניט סתּירותדיק? בלײַבן אָן קיין ענטפֿער איז ניט מײַן טבֿע, האָב איך באַשלאָסן פֿון איצט אָן, בײַם הערן אַזאַ נעגאַטיוון אויסדרוק כּלפּי דער ייִדישער מוזיק און אירע קרעכצן, זאָל מײַן ענטפֿער זײַן: דער טרויער און ווייטאָג אין דער מוזיק דריקט אויס די ענגע פֿאַרבונדנקייט צו נאָענטע מענטשן, ערטער און איבערלעבונגען. די דאָזיקע פֿאַרבונדנקייט איז אַן אויסדרוק פֿון אַן אײַנגעוואָרצלטער ליבשאַפֿט און פּאָזיטיווע געפֿילן. ס’טוט וויי ווען ס׳געשעט עפּעס עמעצן וואָס איז דיר טײַער. אַזאַ ענטפֿער מילדערט אַ קאַפּיטשקע די פֿײַנטלעכע באַציִונג פֿון די וועלכע באַקלאָגן זיך וועגן דעם יחיד־במינודיקן ייִדישן קלאַנג. ס׳הייסט נאָך ניט, אַז די פּערזאָן וועט אָנהייבן הערן דאָס געזאַנג פֿון שׂרה גאָרבי אָדער סידאָר בעלאַרסקי אַ גאַנצן מעת־לעת, נאָר אפֿשר וועט ער ניט אַזוי גיך מבֿטל זײַן די מוזיק, און זיך מער אַרײַנטראַכטן אין איר באַדײַט.
מער קאָמפּליצירט און ווייניקער עמאָציאָנעל איז די לאַגע צווישן מוזיקאָלאָגן. עס זענען פֿאַראַן פּראָמינענטע געלערנטע וועלכע טענהן, אַז ס’איז ניטאָ אַזאַ באַשעפֿעניש וואָס מ׳קאָן אָנרופֿן „ייִדישע מוזיק‟. עס זענען יאָ פֿאַראַן, לויט זייער מיינונג, קאָמפּאָנענטן אין אָט דער מוזיק וועלכע זענען גאָר כאַראַקטעריסטיש אָבער אַזעלכע געפֿינט מען אויך, למשל, אין אָריענטאַלער, אַראַבישער, און ציגײַנער מוזיק. מ’דאַרף נאָר באַטאָנען אַז אָט די פֿאָרשערס פֿאַרנעמען זיך דווקא מיט ייִדישער מוזיק, נאָר האָבן זייער אייגענעם קוקווינקל, און זייערע פֿאָרשונגען פֿאַר זיך אַליין קאָנען האָבן אַ הויכע ווערט. אפֿשר זענען די מוזיקאָלאָגן פֿון דעם שניט ניט קיין מערהײט, נאָר מ׳דאַרף זיך מיט זיי רעכענען ווען מ׳גייט באַהאַנלדען אָט די טעמע.
ייִדישע געזאַנג־לידער זענען נאָר אַ טייל פֿון דעם גאָר ברייטן קאָרפּוס, וועלכער נעמט אַרײַן אין זיך די וועלט פֿון חזנות, חסידישע ניגונים, כּליזמר, קינדער־לידער, ווי אויך ראַפֿינירטע קלאַסישע קאָנצערט-מוזיק. אויך די לעצטע שעפּט איר אינספּיראַציע פֿון די זעלבע קוואַלן און רײַכע מקורים פֿון טעמי המקרא (רעליגיעזער מוזיק) און פֿאָלקלאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.