(די 2 טע זײַט פֿון 2)
קומען מיר איצט צו אונדזער הויפּט־ענין: וועלכער איז דער סאַמע בולטסטער שטריך פֿון דער ייִדישער מוזיק? אפֿשר איז אַזוינס ניט פֿאַראַן און מ׳דאַרף נאָר רעדן וועגן אירע פֿאַרשיידענע אַטריבוטן? למשל, אַ גאָר פֿרײַער צײַט־באַנעם (אָפֿט פֿאַרפּּאַרמעלעכן אָדער פֿאַרשנעלערן די מעלאָדיע), אָדער די אייגנאַרטיקע שטײגערס וועלכע מ׳געפֿינט אין די מעלאָדיעס וואָס מע זינגט אין אַ בית־כּנסת, אָדער דעם אינטערוואַל פֿון דער פֿאַרגרעסערטער סעקונדע… לויט מײַן באַשיידענער מיינונג, האַלט איך — נאָכן דורכפֿירן אַ לאַנגיעריקע פֿאָרשונג — אַז ס׳איז יאָ פֿאַראַן אַ הויפּטשטריך, וואָס אָן אים קאָן קיין ייִדישע שאַפֿונג ניט באַצייכנט ווערן אַזוי. און ס’איז קיין וווּנדער ניט, וואָס אָט דער שטריך איז אַ טיף פֿאַרבאָרגענער: די כּוונה, אַז דער קלימאַקס פֿון דער מוזיקאַלישער מעלאָדיע געפֿינט זיך תּמיד אין אַ נידעריקן טאָן, און ניט אין סאַמע העכסטן ווי ס’געשעט מערסטנס אין דער אייראָפּעישער מערבֿ־מוזיק. אפֿשר קלינגט עס ענלעך צו מײַנע געדאַנקען וועגן דער ייִדישער שפּראַך-אינטאָנאַציע און דאָס איז נאַטירלעך און לאָגיש ווײַל די שפּראַך און מוזיק פֿון אַ פֿאָלק זענען שטאַרק געקניפּט־און־געבונדן. איין משל וועט זײַן גענוג:
פֿון מרדכי געבירטיגס ליד „הוליעט, הוליעט, קינדערלעך‟
שפּילט אײַך ליבע קינדערלעך —
דער פֿרילינג שוין באַגינט!
אוי ווי בין איך, קינדערלעך,
מקנא אײַך אַצינד.
מ׳דאַרף ניט קענען נאָטן און מ׳דאַרף ניט זײַן קיין אויסגעשולטער מוזיקאָלאָג. יעדער וואָס וועט פֿאַר זיך זינגען דאָס ליד קאָן דערקענען אַוווּ דער טראָּפּ פֿאַלט אויס. כּדי צו פֿאַרלײַכטערן דעם לייענער, האָב איך אָנגעוויזן מיט געדיכטע אותיות אין וועלכע ווערטער געשעט עס. און דאָס איז גילטיק סײַ פֿאַר אַ רעציטאַטאָר סײַ פֿאַר אַ זינגער. לאָמיר פֿאַרפּינקטלעכן: אין דער ייִדישער מוזיק מוז דער הויכפּונקט ניט זײַן תּמיד אין סאַמע נידעריקסטן טאָן, אָבער ער קען קיין מאָל ניט זײַן אין סאַמע העכסטן טאָן. אַזוי דריקט זיך אויס די ייִדישע איידלקייט און אַנדערשקייט אין פֿאַרגלײַך מיט דער מוזיקאַלישער עסטעטיק פֿון די אַרומיקע, שכנותדיקע פֿעלקער מיט וועלכע ייִדן האָבן געוווינט.
וואָס שייך די „גוייִשע‟ קלאַנגען און שאַפֿונגען: ווער עס וויל זיך פֿאַרטיפֿן אין דער טעמע וואָלט געדאַרפֿט דורכפֿירן אַ פֿאַרגלײַך־שטודיע מיט דער מוזיק פֿון אַנדערע פֿעלקער און מיטצײַטלערס, נאָר דאָס וועלן מיר שוין איבערלאָזן פאר די אויסגעשולטע פֿאַכמענטשן.
פֿאַר וואָס איז דאָס אייגנטלעך אַזוי וויכטיק? ס׳הייסט, סײַ פֿאַר זינגערס און סײַ פֿאַרן ברייטן עולם? ווײַל דאָס דערמעגלעכט אונדז אַרײַנצודרינגען טיפֿער אין די סודות — כ׳וואָלט געוואַגט צו זאָגן — פֿון דער ייִדישער נאַטור, וואָס די קלאַנגען דריקן אויס אַזוי דײַטלעך.
אַ צײַט צוריק בין איך בײַגעוויין אַ פּרעכטיקן ייִדישן קאָנצערט. סײַ דאָס געזאַנג סײַ די אינסטרומענטאַלע מוזיק איז געווען פּרעכטיק, אויפֿן סאַמע העכסטן ווירטואָזישן ניוואָ. דער עולם האָט באַדאַנקט די קינסטלערס מיט רוישיקע אַפּלאָדיסמענטן. כ׳האַלט זיך ניט פֿאַר קיין גרויסער פֿײַנשמעקער, אָבער עפּעס האָט מיך פֿאָרט ניט געלאָזט רוען. די מוזיק איז כּמעט די גאַנצע צײַט געשפּילט געוואָרן אויפֿן איין־און־זעלביקן הויכן וואָליום. אפֿשר זענען דערפֿאַר פֿאַראַנטוואָרטלעך די מיקראָפֿאָנען־ און הילכערס־אַפּאַראַטור, אָבער דער פֿאַקט איז, אַז דער רעזולטאַט האָט זיך היפּשלעך דערווײַטערט פֿון ווי אַזוי ייִדישע מוזיק דאַרף קלינגען. גלייב איך, אַז אַ ביסעלע מער סענסיטיווקייט לגבי דעם טאָן אַוווּ ס’געפֿינט זיך דער הויכפּונקט אין ייִדישער מוזיק, וועט פֿאַרלײַכטערן און פֿאַרשענערן די מוזיק אי פֿאַר דעם פּובליקום אי פֿאַר די באַגאַבטע מוזיקאַנטן און זינגערס. הלוואַי!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.