דעם 20סטן נאָוועמבער האָט דער פּאַטריאַרך קיריל, וועלכער שטייט אין שפּיץ פֿון דער רוסיש־אָרטאָדאָקסישער קירך, געפּראַוועט זײַן 70־יאָריקן יוביליי, צוליב וועלכן אין רוסלאַנד גייען איצט אָן פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען. דעם 19טן און 20סטן נאָוועמבער זענען אויף דער רוסלענדישער טעלעוויזיע געוויזן געוואָרן דרײַ נײַע פֿילמען לכּבֿוד דעם בעל־שׂימחה. אין איינעם פֿון זיי, באַטיטלט „אַלע זענען גלײַך פֿאַרן באַשעפֿער‟, דערציילט דער פּאַטריאַרך וועגן זײַן אייגן לעבן.
צווישן די חשובֿע פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן באַגריסט דעם קירך־פֿירער לכּבֿוד זײַן געבוירן־טאָג, זענען געווען דער רוסלענדישער הויפּט־רבֿ בערל (שלמה־דובֿ־בער־פּינחס) לאַזאַר און אַלכּסנדר באָראָדאַ, דער פּרעזידענט פֿון דער „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין רוסלאַנד‟. מיט דרײַ וואָכן פֿריִער, דעם 28סטן אָקטאָבער, האָבן די זעלבע ליובאַוויטשער טוער זיך געטראָפֿן מיטן פּאַטריאַרך אין זײַן רעזידענץ און באַטראַכט די צוקונפֿטיקע פּלענער פֿון דער צווישן־רעליגיעזער טעטיקייט אינעם לאַנד.
אין זייער באַגריסונג צום געבוירן־טאָג, האָבן לאַזאַר און באָראָדאַ דערמאָנט די משנה אין פּרקי־אָבֿות, וווּ עס שטייט געשריבן „בן שבֿעים לשׂיבֿה‟, בײַ 70 יאָר ווערט מען גרוי־האָריק, און אָפּגעטײַטשט דעם פּאַטריאַרכס גרויע האָר ווי אַ סימן פֿון אַ באַזונדערס דערהויבענער חכמה. בעת דעם וויזיט אינעם פּאַטריאַרכס רעזידענץ, האָט דער הויפּט־רבֿ געמאָלדן, אַז אין ערגעץ אין דער וועלט, מעגלעך, איז נישטאָ אַזאַ מצבֿ, ווי אין רוסלאַנד, וווּ פֿאַרשיידענע רעליגיעזע גרופּעס באַציִען זיך נישט בלויז מיט טאָלעראַנץ צו די פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע קאָנפֿעסיעס, נאָר העלפֿן אַקטיוו איינע דער צווייטער.
אין דער אמתן, באַציִען זיך ווײַט נישט אַלע פֿרומע ייִדן און ערנסטע פּראַוואָסלאַוונע קריסטן מיט דרך־ארץ צו אַנדערע רעליגיעס. סוף אויגוסט, האָט לאַזאַר באַטאָנט בעת אַ גרויסער אַסיפֿה פֿון רבנים אין מאָסקווע, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט אייראָפּע איז אין רוסלאַנד פֿאַקטיש נישטאָ קיין אַנטיסעמיטיזם.
למעשׂה, ווען מע שרײַבט אַרײַן בערל לאַזאַרס נאָמען אינעם „גוגל‟, באַווײַזן זיך אויבן־אָן בפֿירוש אַנטיסעמיטישע אַרויסזאָגונגען לגבי דעם הויפּט־רבֿ. אַ טייל אַנטיסעמיטן גלייבן אַפֿילו, אַז ווי באַלד לאַזאַר חבֿרט זיך מיטן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, מוז פּוטין אַליין זײַן אַ ייִד; דערפֿאַר באַקומט זיך, לויט זייער קאָנספּיראָלאָגישער טעאָריע, אַז דאָס לאַנד געפֿינט זיך אין די הענט פֿון ייִדישע באַנקירן, וואָס „דינען דעם טײַוול‟.
די סתּירות צווישן דער ווירקלעכקייט און די גוזמאדיקע אָפֿיציעלע שבֿחים, מיט וועלכע די רעליגיעזע שפּיץ־טוער אין רוסלאַנד באַזינגען איינער דעם צווייטן און די רעגירונג פֿון זייער לאַנד, זענען איינע פֿון די סיבות, צוליב וועלכע סײַ דער פּאַטריאַרך, סײַ דער גלאַוונער חב״דניק פֿאַרדינט די רעפּוטאַציע פֿון צבֿיעותדיקע, נישט־אָרנטלעכע מענטשן. כּדי צו קריגן געלט פֿאַר זייערע פּראָיעקטן, האַלטן זיי אָן נאָענטע געשעפֿט־פֿאַרבינדונגען מיט אַ גאַנצער ריי צווייפֿלהאַפֿטיקע פּאַרשוינען — פּשוט צו זאָגן, מיט דער מאַפֿיע.
די אָפֿיציעלע שפּיץ־פֿיגורן, וואָס שטעלן פֿאָר אַנדערע רעליגיעזע גרופּעס אין רוסלאַנד, האָט אויך די רעפּוטאַציע פֿון לאַוו־דווקא ערנסט פֿרומע מענטשן. אינעם יאָר 2011 איז פֿאָרגעקומען ממש אַן אַנעקדאָטישע מעשׂה מיטן הויפּט־מופֿטי, דעם אָפֿיציעלן ראָש פֿון די מוסולמענער אין רוסלאַנד, טאַלגאַט טאַדזשודין. דער איסלאַמישער פֿירער האָט געשאַפֿן אין זײַן שטוב אַ שיינעם קאָליריקן מאַקעט פֿון אַ חידושדיקן מעטשעט, וועלכן ער האָט פֿאָרגעלייגט אויפֿצושטעלן אין אופֿאַ, דער צענטער פֿון באַשקיריע. פֿאַרן מאַטעריאַל פֿאַרן מאַקעט האָט ער אָבער אויסגעקליבן גאָר אַן אומגעוויינטלעכן: כּלערליי גלעזערנע געשיר, אַרײַנגערעכנט גלעזער פֿאַר ביר און ווײַן. דער מופֿטי האָט דערקלערט, אַז אַזאַ מעטשעט וועט מיט זײַן אויסזען דערמאָנען די מתפּללים וועגן דער מענטשלעכער נטיה צו טאָן עבֿירות, בפֿרט שיכּרות. די פּרעסע האָט באַמערקט, אַז דערמיט האָט ער, מסתּמא, געמיינט זיך אַליין; טאַדזשודין האָט אַ פֿעסטע רעפּוטאַציע פֿון אַ שיכּור, וואָס קומט אין סתּירה מיט זײַן פּאָזיציע פֿון אַ מוסולמענישן מנהיג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.