ייִדישע שרײַבער טענהן שוין לאַנג אַז „שוואַרצע זענען אויך חשובֿ”

Yiddish Writers Affirmed Long Ago That Black Lives Matter


פֿון מאַרק קאַפּלאַן*

Published December 01, 2016, issue of November 23, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די ייִדישע פּרעסע איז געװען אין גאַנצן פֿאַרטאָן אין דעם ענין: װי פֿיליפּ קראַנץ (זײַן אמתער נאָמען: יעקבֿ ראָמבראָ, 1858־1922) האָט געשריבן אינעם „פֿאָרווערטס‟ דעם 21סטן דעצעמבער 1918: „אונדזערע שװאַרצע מיטבירגער בלײַבן אונטערדריקט, טראָץ די אַלע פֿאָדערונגען פֿון דער אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע, טראָץ די אַלע פּאַפּירענע אױסדרוקן װעגן גלײַכבאַרעכטיקײט פֿון אַלע בירגער, אַפֿילו די װאָס האָבן נישט דאָס מזל געבױרן צו װערן מיט װײַסער הױט.”

קראַנצס איראָניע אינעם אַרטיקל איז געווען אַ בכּיוונדיקע; אין יאָר 1918, איז לינטשערײַ בכלל נישט פֿאַררעכנט געווען ווי אַ פֿאַרברעכן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן; נישט ביז די 1990ער יאָרן איז עס אַזוי באַצייכנט געװאָרן דורך די פֿעדעראַלע בירגעררעכט געזעצן. די קאָנסטיטוציע, ביז די ראַטיפֿיצירונג פֿונעם פֿערצנטן אַמענדמענט, האָט נישט באַשיצט די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פֿון דיסקרימינאַציע; פֿאַרקערט, זי האָט בעצם לעגאַליזירט דיסקרימינאַציע קעגן זיי.

פֿון דעסטװעגן זעט אויס ווי קראַנץ האָט שוין דעמאָלט פֿאַרשטאַנען דעם באַגריף „בלאַק לײַװז מאַטער” [„די שוואַרצע זענען אויך חשובֿ”], און װי אַזױ די בירגערשאַפֿט פֿון ייִדן אין אַמעריקע איז פֿאַרבונדן מיטן אופֿן װי די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט באַהאַנדלט אַלע מינדערהייט־גרופּעס און עטנישע קהילות, נישט נאָר די ייִדן. קראַנצס צוגאַנג צום ענין שטימט מיטן קוקווינקל פֿון דער גאַנצער ייִדישער פּרעסע פֿון יענער צײַט, און אויך פֿון דער שיינער ליטעראַטור, אַזוי ווי יוסף אָפּאַטאָשוס לאַנגע דערציילונג, „לינטשערײַ‟. דער געדאַנק אַז אַמעריקע איז אַ לאַנד פֿון קאָנסטיטוציאָנעלע געזעצן און עטישע טראַדיציעס איז געװאָרן דער מיטל דורך װעלכע ייִדישע ראַדיקאַלן אַזױ װי קראַנץ האָבן זיך טאַקע אידענטיפֿיצירט ווי אַמעריקאַנער. לױט דעם שטײגער איז דער ראַדיקאַליזם פֿונעם אימיגראַנטישן דור נאָכן חורבן פֿאַרוואַנדלט געװאָרן אינעם ייִדישן ליבעראַליזם, און דורך דעם איז דער ליבעראַליזם געװאָרן נישט נאָר אַ ייִדישע, נאָר אויך אַן אַמעריקאַנער פּאָליטישע ירושה, װאָס האָט דערפֿירט צו דער בירגעררעכט־באַװעגונג, דעם פֿעמיניזם, דער האָמאָסעקסואַליסטישער („גײ‟־רעכט) באַװעגונג און דער אימיגראַנטן־רעכט באַװעגונג, װאָס געפֿינען זיך איצט אין אַ סכּנה צוליב די סטראַשונקעס פֿון אַן אַדמיניסטראַציע װאָס בײזערט זיך קעגן געוויסע מינאָריטעטן, און אױכעט קעגן דעם באַגריף אַז אַלע אַמעריקאַנער זענען גלײַך, לױטן געזעץ.

זעענדיק װי נעבעכדיק איז געװען ריטשאַרד ספּענסערס פּרוּוו זיך צו לעגיטימיזירן דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת־צו־נאַכטס, לײגט זיך אױפֿן שׂכל אַז ער װעט װערן אַ קאָפּ־דרײעניש פּונקט װי לענאַרד דזשעפֿריס איז געװען מיט 25 יאָר צוריק. אָבער דער ענין, װאָס מײנט „אַמעריקע”, איז עפּעס װאָס װעט זיך שאַפֿן פֿון דאָס נײַ מיט יעדן באַשלוס וואָס די נײַע רעגירונג װעט מאַכן.

ייִדן מוזן דעריבער באַנײַען דעם אַמאָליקן יד־אחת מיט אַנדערע גרופּעס. װען מע דערקענט די הױלע נאַרישקײט פֿון ספּענסערס געדאַנק אַז אַ „פּאָטענציאַל פֿאַר גרויסקייט” ליגט אין דעם מענטשלעכן שטאַם און אין די גענען, דאַרפֿן מיר אַליין פֿאַרשטיין, אַז די אמתדיקע גרויסקייט פֿון אַמעריקע קען בלויז געמאָסטן ווערן דורכן שטעלן זיך אַנטקעגן דער טראָמפּ־רעגירונג, און נישט אָננעמען איר פּאָליטיק אָדער איר וועלטבאַנעם.


  • מאַרק קאַפּלאַן איז דער מחבר פֿון אַן אַקאַדעמישער שטודיע אױף ענגליש װעגן דעם ייִדיש־שפּראַכיקן קאַמף קעגן לינטשערײַ, Yiddish Exceptionalism, װאָס מע קען געפֿינען דאָ: //www.academia.edu/4765796/Yiddish_Exceptionalism_Lynching_Race_and_Racism_in_Opatoshus_Lintsheray.
    הײַיאָר פֿיגורירט ער ווי אַ גאַסט־פּראָפֿעסאָר פֿון יודאַיִסטיק אין יעל־אוניװערסיטעט.