דער וויכּוח איבער העברעיִזמען

On the Debate Over Hebrew-Derived Words

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published December 08, 2016, issue of December 28, 2016.

אינעם אַרטיקל, האָבן מיר אָנגעוויזן דערויף אַז, מיט די ווערטער פֿונעם שרײַבער זכריה שוסטער, איז זייער מעגלעך, אַז „דער ייִדישלעכער נוסח קען פֿאַרפֿירן“. פֿאַרשטייט זיך, אַז אויף מאַמע־לשון בכּלל און אינעם ייִדישלעכן נוסח בפֿרט שפּילט דער לשון־קודשדיקער קאָמפּאָנענט אַ גרויסע ראָלע. פֿרעגט זיך, צי שפּילט ער אַ „צו גרויסע‟ ראָלע?

שוין עטלעכע דורות וואָס ייִדישע שרײַבערס און פֿילאָלאָגן זענען זיך מתווכּח וועגן דעם לשון־קודשדיקן קאָמפּאָנענט, צי ער איז צו שטאַרק פֿאַרטראָטן אויף ייִדיש. מיט יאָרן צוריק האָט מען, אָבער, נאָך נישט געהאַט די השׂגה, אַז ייִדיש באַשטייט פֿון קאָמפּאָנענטן, האָט מען גערעדט וועגן „העברעיִזמען“ צי גאָר „העברעיִשע ווערטער“. אָט האָבן יהואש און חיים ספּיוואַק, אין זייער „ייִדיש ווערטערבוך“ פֿון 1911, אַרײַנגענומען „אַלע העברעיִשע און כאַלדעיִשע ווערטער“, בשעת נ. פּערפֿערקאָוויטש האָט זײַן ווערטערביכל פֿון 1929 אָנגערופֿן „העברעיִזמען אין ייִדיש“. טאַקע דער טיטל פֿונעם איצטיקן אַרטיקל נעמט זיך פֿון איינעם אינעם פֿאַרמלחמהדיקן ייִוואָ־זשורנאַל „ייִדיש פֿאַר אַלע“.

בײַם הײַנטיקן טאָג פֿאַרשטייען מיר דעם ענין אַנדערש: יצחק ניבאָרסקיס ווערטערביכל (1997 און 2012) הייסט דאָך „ווערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער אין ייִדיש“. ווייסן מיר שוין, אַז די ווערטער שטאַמען פֿון לשון־קודש, אָבער זענען הונדערט פּראָצענט ייִדיש.

איז הײַנט שוין נאַרישעוואַטע די אָפֿט געהערטע קאָנסטאַטירונג, אַז ייִדיש איז 70% „דײַטשע“ ווערטער, 20% „העברעיִשע“, 10% „סלאַווישע“. קודם־כּל, זענען די אַלע ווערטער, ווי געזאָגט, ייִדישע. שנית, ווענדט זיך דער פּראָצענט אינעם טעקסט און אינעם קאָנטעקסט.

אַז דער ליבאַוויטשער רבי פֿלעג זאָגן תּורה פֿלעג ער אַרײַנפֿלעכטן אַזוי פֿיל לשון־קודש־ווערטער, אַז דעם שרײַבער פֿון די שורות איז געווען זייער־זייער שווער צו פֿאַרשטיין. והשלישית, נישט אַלע מאָל קען מען אַ וואָרט צושרײַבן צון אַ געוויסן קאָמפּאָנענט. דאָ האָב איך ליב זיך צו פֿאַררופֿן אויפֿן וואָרט „אונטערגנבֿענען זיך“, וואָס ס׳איז אין תּוך אַרײַן אַ דרײַ־קאָמפּאָנענטיק וואָרט: דער שורש „גנבֿ‟ איז פֿון לשון־קודש; דער פּרעפֿיקס און סופֿיקס זענען פֿון דײַטש, נאָר דער טײַטש איז אין דער אמתן אַ סלאַווישער, ווײַל זײַן יסוד איז דאָס פּוילישע podkradać się. אָבער נישט דאָס זענען מיר אויסן.