(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די טענה, אַז איבעריקע „העברעיִזמען“ פּאַסן זיך נישט אַרײַן אין אַ ייִדישן טעקסט האָט יודל מאַרק נאָך געפּרוּווט אָפּפֿרעגן העט אין 1941, אין אַן אַרטיקל אין „ייִדישע שפּראַך“ א״ט „לאָמיר אויפֿהיטן די עשירות פֿון דעם תּלמיד־חכמס שפּראַך!“ ער שרײַבט:
די שפּראַך פֿון אונדזערע אינטעליגענטע לייענערס איז גוואַלדיק אָרעם… די שפּראַך פֿון דער פּרעסע איז אויסגעליידיקט געוואָרן פֿון קערנדיקע אויסדרוקן… פֿאַר ווערטער וואָס שטאַמען אָפּ פֿון העברעיִש ציטערט מען אימת מוות… דאָס שטענדיקע ציטערן, טאָמער וועט מען געשטרויכלט ווערן מיט אַ וואָרט וואָס ניט אַלע וועלן עס פֿאַרשטיין, האָט אָנגעמאַכט אַ חורבן אין דער שפּראַך פֿון די שרײַבערס.
אַוודאי איז ייִדיש די שפּראַך פֿון דער פֿאָלקסמאַסע. אָבער … דער לערנער אין בית־מדרש האָט אויך גערעדט ייִדיש.
קען מען ענטפֿערן, אַז איבער גוואַלד לאָזט זיך ניט אָנבינדן ייִדיש ווערטער, וואָס זיי זײַנען גאָר העברעיִשע. איז אָבער די „צרה‟, אַז דאָס גערעדטע ייִדיש איז פֿאַקטיש רײַכער מיט העברעיִזמען ווי עס דוכט זיך אויס.
דאָ פֿאַררופֿט ער זיך אויף שיִע־מרדכי ליפֿשיץ, דעם פּראָטאָ־ייִדישיסט אינעם 19טן י״ה, וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן אַ רוסיש־ייִדיש ווערטערבוך (1869) און אַ ייִדיש־רוסישס (1876). ליפֿשיץ האָט נישט געהאַלטן פֿון די וואָס ווילן פֿון לשון־קודש מאַכן אַ גערעדט לשון — ער האָט פֿון זיי גאָר אָפּגעלאַכט — אָבער לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער אין ייִדיש זענען בײַ אים געווען כּשר־וישר. ער האָט זיך אָפּגעגעבן מיטן פֿאַרשרײַבן ס׳גערעדטע לשון פֿון זײַן היימשטאָט, באַרדיטשעוו. ווײַזט מאַרק אָן, אַז אינעם ייִדיש־רוסישן ווערטערבוך געפֿינט מען, חוץ די טאָג־טעגלעכע לשון־קודש־ווערטער, אויך איבער הונדערט פֿון די נישט־טאָג־טעגלעכע, אַ שטייגער: „אַלכסון“ (דיאַמעטער), „בפֿרהסיא“ (צווישן מענטשן, פֿאַר אַן עולם), „הזמנה“ (אַרויסרוף), „זוגות“ (גראָדע צאָלן), „מה־יעשׂהניק“ (ליידיק־גייער), „עמוק“ (טיף — וועגן אַ געדאַנק) און נאָך און נאָך. קענטיק, אַז די ווערטער האָט מען געקענט הערן אין באַרדיטשעוו — אויב ניט פֿון די בעל־עגלות אָדער מאַרק־ייִדענעס, איז פֿון תּלמידי־חכמים בשעת זיי האָבן גערעדט אויף ייִדיש.
אפֿשר האָט דער לייענער באַמערקט, אַז אין די אַרײַנפֿיר־פּאַראַגראַפֿן אויבן זענען פֿאַראַן אַ קײַמא־לן פֿון 18 לשון־קודשדיקע ווערטער: נוסח, לשון, קודש, מתווכּח (זײַן זיך), טענה, אוצר, בשעת, השׂגות, רבי, תּורה, שורות, קודם־כּל, שנית, והשלישית, גנבֿ, תּוך, אמת, יסוד. צי האָב איך איבערגעכאַפּט די מאָס? אויב איר האַלט, אַז יאָ, נעמט אין זינען אַרײַן י. מאַרקס ענטפֿער: „אויב טייל לייענערס וועלן זיך דאָ אָנשטויסן אויף ווערטער [וואָס זיי קענען נישט], זאָלן זיי זיך מטריח זײַן און אַרײַנקוקן אין אַ ווערטערבוך. עס איז ניט קיין שאַנד“.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.