האָבנדיק מורא, אַז זײַן אויפֿגעבראַכטער ברודער עשׂו וועט אים דערהרגענען, אַנטלויפֿט יעקבֿ פֿון זײַן היים אין באר־שבֿע קיין חרן, וווּ עס וווינט זײַן פֿעטער לבֿן.
אויפֿן וועג, גייט יעקבֿ שלאָפֿן אויפֿן אָרט, וווּ ס׳איז שפּעטער אויפֿגעשטעלט געוואָרן דער בית־המיקדש אין ירושלים. אין זײַן חלום, האָט ער דערזען אַ מיסטישן לייטער, אויף וועלכן די מלאכים זענען געגאַנגען צווישן הימל און ערד אַראָפּ און אַרויף; דער אייבערשטער האָט אים געבענטשט צו האָבן אַ סך קינדער און אייניקלעך, וואָס וועלן ברענגען אַ ברכה פֿאַר דער גאָרער וועלט.
יעקבֿס פֿעטער, לבֿן, האָט צוגעזאָגט דעם פּלימעניק צו געבן אים זײַן טאָכטער רחל פֿאַר אַ ווײַב, אויב יעקבֿ וועט בײַ אים אָפּאַרבעטן זיבן יאָר ווי אַ פּאַסטעך. נאָך זיבן יאָר, האָט דער פֿעטער אים אָפּגענאַרט און חתונה געמאַכט מיט זײַן אַנדער טאָכטער, לאה. נאָך דער חתונה מיט לאה, האָט יעקבֿ צוגעזאָגט אָפּצואַרבעטן נאָך זיבן יאָר.
סוף־כּל־סוף, האָט לבֿן געלאָזט זײַן פּלימעניק חתונה האָבן מיט רחלען. ווי אַ צוגאָב, האָט יעקבֿ באַקומען נאָך צוויי קעפּסווײַבער — בלהה און זלפּה; אַ טייל מפֿרשים האַלטן, אַז זיי זענען אויך געווען רחלס און לאהס שוועסטער. ווען יעקבֿ האָט זיך געקליבן גיין צוריק אַהיים קיין ארץ־ישׂראל, האָט דער פֿעטער אים ווידער נישט געלאָזט; כּדי זיך צו באַפֿרײַען פֿונעם פֿעטער, איז יעקבֿ אָבֿינו שליטערהייט אַנטלאָפֿן פֿון חרן מיט זײַן גרויסער משפּחה. ווען לבֿן האָט זיי נאָכגעיאָגט, האָט דער אייבערשטער אים געהייסן אין אַ חלום צו לאָזן זײַן פּלימעניק צו רו.
עס באַקומט זיך, אַז נישט געקוקט אויף זײַן רישעותדיקער באַציִונג צום פּלימעניק, איז לבֿן פֿאָרט נישט געווען סתּם אַ גראָבער מענטש. דער רמב״ם, רמב״ן און אַ ריי אַנדערע באַקאַנטע מפֿרשים דערקלערן, אַז הגם לבֿן איז געווען אַ געפֿערלעכער עובֿד־עבֿודה־זרה, האָט ער זוכה געווען צו זען דעם נבֿיאישן חלום צוליב דעם צדיק, יעקבֿ. אויב מע טראַכט זיך אָבער אַרײַן, האָט דער באַשעפֿער געקאָנט לייזן דעם קאָנפֿליקט צווישן לבֿן און יעקבֿ אויף כּלערליי אַנדערע אופֿנים. ווי באַלד דער אייבערשטער איז צו אים געקומען בנבֿואה, איז עס אַ סימן, אַז ער איז געווען, אין אַ געוויסער מדרגה, אַ רוחניותדיקער מענטש.
פֿון דער צווייטער זײַט, פֿרעגט זיך אַן אַנדער קשיא. על־פּי תּורה, טאָר נישט אַ מאַן חתונה האָבן מיט צוויי שוועסטער מיט אַ מאָל. די חז״ל זאָגן, אַז הגם די תּורה איז געגעבן געוואָרן מיט הונדערטער יאָרן שפּעטער אויפֿן באַרג סיני, האָבן אונדזערע אָבֿות, אַרײַנגערעכנט יעקבֿ־אָבֿינו, שוין מקיים געווען אַלע מיצוות כּהלכה. ווי אַזוי זשע האָט יעקבֿ חתונה געהאַט מיט צוויי אָדער אַפֿילו פֿיר טעכטער מיטאַמאָל?
עס זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע תּירוצים אויף דער דאָזיקער קשיא. מע קאָן זאָגן, אַז יעקבֿ האָט געוואָלט מקיים זײַן די ספּיציפֿישע נבֿואה, וועלכע ער האָט באַקומען בעתן שלאָפֿן אויפֿן אָרט פֿונעם צוקונפֿטיקן בית־המיקדש, און כּדי צו האָבן וואָס מער קינדער געמעגט עובֿר זײַן אויף די אַלגעמיינע הלכה־כּללים. דער תּנ״ך איז פֿול מיט בײַשפּילן פֿון אַזעלכע אומהלכהדיקע אויפֿפֿירונגען פֿון נבֿיאים. למשל, ווען דער בית־המיקדש איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן, האָבן ייִדן מער נישט געטאָרט ברענגען קרבנות אין אַן אַנדער אָרט; אליהו הנבֿיא האָט עס אָבער יאָ געטאָן, ווי אַן אַקציע קעגן עבֿודה־זרה.
אין זײַן סידור־קאָמענטאַר, דערקלערט רבי שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, דער גרינדער פֿון דער חב״ד־באַוועגונג, אַז יעקבֿ איז געשטאַנען אויף אַ גאָר הויכער מדרגה מחוץ די ראַמען פֿון די בוכשטעבלעכע נאָרמעס. אַדרבה, ער האָט געקאָנט, אין פּרינציפּ, פּועלן גרויסע תּיקונים אין דער וועלט דורך פֿאַרבאָטענע סעקסועלע באַציִונגען. נאָך מתּן־תּורה איז אָבער אַזאַ דרך, לויטן „אַלטן רבין‟, געוואָרן אוממעגלעך.
אַ ריי אַנדערע מקובלים און גרויסע חסידישע דענקער האַלטן אָבער, אַז טעאָרעטיש קאָן אַ צדיק אַפֿילו הײַנט גובֿר זײַן די הלכה־ראַמען. ווי אַ פּראַקטישן בײַשפּיל ברענגען זיי אָפֿט דעם מאמר־חז״ל, לויט וועלכן דוד־המלך, נישט געקוקט אויף זײַן מעשׂה מיט בת־שבֿע, האָט קיינמאָל נישט געזינדיקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.