(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין אַזאַ געדאַנקען־גאַנג שטעקט אָבער, ווי ס׳איז גרינג צו פֿאַרשטיין, אַ גרויסע סכּנה. יעדער מענטש קאָן דאָך באַשליסן, אַז ער איז שוין אַ צדיק־עולם און מעג טאָן לשם־שמים וואָס ער וויל.
אַזוי צי אַזוי, באַקומט זיך אין אונדזער פּרשה זייער אַן אינטערעסאַנטע באַלערנדיקע סיטואַציע. אין זײַן האַרצן, האָט לבֿן זיכער געהאַט גוטע תּירוצים פֿאַר זײַנע שווינדלערישע מעשׂים. עס קאָן זײַן, אַז אַפֿילו זײַן געצן־דינערײַ וואָלט ער געקאָנט מתּרץ זײַן על־פּי הלכה. ער האָט אַפֿילו זוכה געווען צו אַ געטלעכער אַנטפּלעקונג אין אַ חלום — אַ סימן, אַז ער איז געווען, אין אַ געוויסער מאָס, אַ פֿרומער פּאַרשוין.
אין דער פּסחדיקער הגדה לייענען מיר אָבער, אַז לבֿן איז געווען נאָך ערגער, ווי דער פּרעה. לבֿן האָט געשטעלט די גאַנצע עקזיסטענץ פֿון כּלל־ישׂראל אין אַ סכּנה. רבי נחמן בראַצלעווער וואָרנט כּסדר וועגן דער סכּנה פֿון פֿאַלשע „מפֿורסמים‟. עס טרעפֿן זיך באַרימטע מענטשן, אַרײַנגערעכנט באַקאַנטע רבנים און אַזוי גערופֿענע גדולי־ישׂראל, וואָס פֿירן זיך אויף גאַנץ פֿרום, אָבער קאָנען מיט זייערע קרומע תּירוצים און געשעפֿטן אויסרײַסן דאָס סאַמע „פּינטעלע ייִד‟ פֿון די, וואָס פֿאָלגן זייערע עצות אָדער, פֿאַרקערט, ווערן קרבנות פֿון זייערע שווינדלערישע קונצן און רדיפֿות: אַ שדכן, וואָס נאַרט אָפּ אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים חתנים און כּלות; אַ רבֿ, וואָס גיט מיט קלוגע פּילפּולים אַן עצה, ווי אַזוי מע קאָן עמעצן צווינגען אַרבעטן יאָרן־לאַנג אומזיסט; כּלומרשט אַ צדיק, וואָס לאָזט נישט אָפּ אַן אומשולדיקן גערודפֿטן מענטש, אויב אַפֿילו דער רבונו־של־עולם אַליין קומט צו אים בחלום און הייסט עס נישט צו טאָן. אַזאַ „ייִדישער לבֿן‟ איז בכּוח, נעבעך, פֿאַרשאַפֿן מער צרות בגשמיות און ברוחניות, ווי דער ערגסטער אַנטיסעמיט.
אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר באַטראַכט די דיאַלעקטישע באַציִונג צווישן יעקבֿ און עשׂו. אַנשטאָט שווינדלערײַ און תּירוצים, האָט עשׂו געפֿאָלגט זײַנע אינסטינקטן. ווען יעקבֿ איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַן ווילדן ברודער, האָט ער זיך אָנגעטראָפֿן מיט אַ היפּוכדיקער שווערער סיטואַציע. בײַ זײַן פֿעטער איז אַלץ געווען מסודרדיק, אָבער אויסגעמישט מיט שווינדלערײַ און רישעות.
נאָכן אָפּאַרבעטן 21 יאָר בײַ לבֿנען, האָט יעקבֿ אויסגענוצט געוויסע עלעמענטן פֿון עשׂוס ווילדקייט לשם־שמים, כּדי זיך צו באַפֿרײַען פֿון זײַן פֿעטערס רישעותדיקן לעבנס־סדר. לויט די מקובלים, האָט יעקבֿ דורך זײַנע מיסטישע מאַניפּולאַציעס מיט לבֿנס שאָף, וועלכע האָבן אים דערמעגלעכט צו באַקומען אַן אייגענעם פֿאַרמעגן, מקיים געווען די מיצווה פֿון תּפֿילין לייגן. אויף אַ בוכשטעבלעכן אופֿן האָט ער נישט געהאַט קיין מעגלעכקייט דאָס צו טאָן, אָבער געפֿונען אַ „ווילדן‟ חידושדיקן וואַריאַנט פֿון תּפֿילין. ווי געזאָגט, האָט יעקבֿ דערגרייכט זייער אַ הויכע מדרגה פֿון רוחניותדיקע השׂגות און געקאָנט, אין פּרינציפּ, מקיים זײַן די מיצוות מחוץ די געוויינטלעכע הלכה־ראַמען.
כּדי געבענטשט צו ווערן מיט אַ סך קינדער, האָט יעקבֿ דווקא חתונה געהאַט מיט עטלעכע שוועסטער מיטאַמאָל, הגם על־פּי הלכה האָט ער נישט געטאָרט עס טאָן. צום סוף, האָבן זײַנע אייגענע „ווילדע מעשׂים‟ לשם־שמים אים געהאָלפֿן זיך צו באַפֿרײַען פֿון לבֿן און שלום צו מאַכן מיט זײַן ברודער, וועלכער האָט דערפֿילט, ווי מיר וועלן עס באַהאַנדלען אין דער קומענדיקער סדרה, אַז יעקבֿ פֿאַרשטייט אים בעסער, ווי ער האָט פֿריִער געטראַכט.
ווי געזאָגט, איז נישט כּדאַי צו פֿאַרלאָזן זיך אויף יעקבֿס העכערער הגשׂה פֿון „תּורה דאצילות‟. אויב מע הייבן אָן ברעכן הלכות כּלומרשט לשם־שמים, נישט זײַענדיק דערבײַ אַן עכטער צדיק, קאָן מען גרינג אַראָפּפֿאַלן אויף דער מדרגה פֿון עשׂו. פֿון דער צווייטער זײַט, אויב מע פֿאַרנעמט זיך מיט תּלמודישע פּילפּולים, כּדי צו געפֿינען „כּשרע‟ תּירוצים פֿאַר מיאוסע קונצן, קאָן מען, נעבעך, צוקומען צו לבֿנס קרומער לאָגיק. דער עכטער ייִדישער דרך, אַסאָציִיִרט מיט יעקבֿ־אָבֿינו, דאַרף ליגן צווישן די דאָזיקע צווייפֿלהאַפֿטיקע היפּוכים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.