(די 2 טע זײַט פֿון 4)
צוליב דעם האָט איר אויסגעקליבן, מיט יאָרן צוריק, זיך צו פֿאַרנעמען מיט ייִדיש דורך העברעיִש, און דווקא אין ישׂראל?
דאָס דערקענטעניש אַז אונדזער איינציקע האָפֿענונג איז ישׂראל און העברעיִש, איז מיר געקומען ביסלעכווייז. איך בין אויפֿגעוואַקסן אין אַ כּמעט־בונדישער שטוב. טאַטע־מאַמע פֿלעגן אויפֿהיטן אַלע נומערן פֿון דעם חודש־זשורנאַל “אונדזער צײַט” וואָס איז אַרויס אין ניו־יאָרק. איך פֿלעג זיי לייענען ווען איך בין אַלט געווען אַרום צען יאָר, און די גאַנצע אַנטי־ציוניסטישע שטעלונג פֿון זשורנאַל איז מיר אַרײַן אין די ביינער. פֿון דער אַנדערער זײַט בין איך געגאַנגען אין דער שלום־עליכם שול, וואָס איז געווען אַ ציוניסטישע שול. דאָס אמתע דערקענטעניש איז געקומען מיטן לייענען צוויי ביכער, לאו־דווקא שווערע „אידעאָלאָגישע‟ ווערק. איינס איז געווען יעקבֿ לעשצינסקיס „דאָס נאַציאָנאַלע פּנים פֿון גלות־ייִדנטום‟, וווּ ער האָט באַוויזן אַז ייִדיש בפֿרט און וועלטלעכקייט בכלל האָבן נישט קיין שאַנסן ווײַטער צו לעבן אין די גלות־לענדער. אַ טייל פֿאָרמולירונגען פֿון אָט דעם בוך האָב איך געקענט כּמעט אויף אויסנווייניק. נאָך אַ בוך וואָס האָט אויף מיר משפּיע געווען איז שלמה סײַמאָנס „תּוך ייִדישקייט‟, וווּ ער זעט נישט פֿאַר זיך קיין גײַסטיקע שאַנסן פֿאַרן המשך פֿון וועלטלעכער ייִדישקייט, און דערפֿאַר פּאָסטולירט ער דאָס צוריקגיין צו הלכה־ייִדישקייט.
אַ פּאָר מאָל האָב איך טאַקע געפּרוּווט גיין אין שיל אַריין, אָבער איך האָב אײַנגעזען אַז דאָס איז נישט פֿאַר מיר. איז דער איינציקער אויסוועג געבליבן ישׂראל. מיט צוואַנציק יאָר פֿריִער, מיט אַלע גורלדיקע אונטערשיידן, איז דאָס געווען אויך דער אויסוועג פֿון אַ סך ייִדישע שרײַבערס נאָכן חורבן, וואָס האָבן פֿאַרשטאַנען אַז אויב זיי ווילן שאַפֿן עפּעס ממשותדיקס אויף ייִדיש, דאַרפֿן זיי קומען קיין ישׂראל.
איר האָט געעפֿנט אייַער בוך מיט אַ מאָטאָ פֿון סוצקעווערן —
„וווּ ברענט בײַ נאַכט? סע ברענט, איך קען זיך וועטן,
די פּוסטקייט אין ניו-יאָרק — אָן ייִדישע פּאָעטן.‟
דאָס הייסט, אַן אָנהייב דווקא מיטן סוף?
אונדזער פּערספּעקטיוו, צי מע וויל יאָ צי מע וויל נישט, איז די פּערספּעקטיוו פֿון דעם וואָס האָט זיך געענדיקט. אָבער דאָס דערמאָנען סוצקעווערן האָט נאָך אַ זינען. איך וואָלט געזאָגט, אַ מער אינטימען זינען, ווײַל סוצקעווער איז געשטאַנען אין נאָענטער פֿאַרבינדונג מיט אַ סך אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבערס, און אין די לאַנגע שמועסן וואָס איך האָב געהאַט מיט אים האָט ער מיר כּסדר דערציילט פּרטים און אפֿילו רכילות וועגן אָט די שרײַבערס. און דאָס האָט פֿאַר מיר געשאַפֿן נאָך אַ דימענסיע, אויסער דאָס באַקענען זיך מיט די ליטעראַרישע טעקסטן, ד״ה איך האָב באַקומען אַן אַרײַנבליק אינעם לעבן פֿון אָט די שרײַבערס ווי לעבעדיקע מענטשן.
אָבער דאָס איז נישט אײַער איינציק בוך וואָס האָט צו טאָן מיטן סוף, אָדער מיטן באַוווּסטזײַן פֿון אַ סוף. אויך „קסם הדמדומים‟ (דער צויבער פֿון דעמערונג, 2003), און דערצו אײַער דאָקטאָראַט וועגן דוד בערגעלסאָן אאַז״וו, האָבן אויך אַזעלכע אַספּעקטן.
ס׳איז דאָ אַ פּסיכאָלאָגישער אַספּעקט. פֿון צוועלף יאָר אַלט האָב איך געלעבט מיט דעם אַנגסט אַז ייִדיש גייט אונטער, אַז עפּעס וואָס איז אונדז ליב און טײַער האָט נישט קיין שאַנסן צו לעבן ווײַטער. און אָט דאָס טאָפּלטע געפֿיל, פֿון ליבע און פֿון אַנגסט, האָט מיך אויך געשטויסן צו ייִדיש. איך האָב קיין מאָל נישט אָנגענומען די אָפּטימיסטישע אייבערפֿלעכלעכע דערקלערונגען אַז ייִדיש וועט לעבן אייביק אאַז״וו, פּונקט פֿאַרקערט.
אָבער ס׳איז נישט נאָר קיין ענין פֿון פּסיכאָלאָגיע. וואָס מער מע קלערט זיך אַרײַן אין די יסודותודיקע טעקסטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור זעט מען אײַן אַז זיי זײַנען דורכגעדרונגען מיט אַזאַ געפֿיל פֿון סוף. „בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק‟ און „אַ נאַכט‟ פֿון משה לייב האַלפּערן, די לידער פֿון דעם יונגן גלאַטשטיין אאַז״וו — דער מאָטיוו פֿון סוף דרינגט אַזוי דורך די ייִדישע ליטעראַטור פֿון פּרצן אָן, אָפּגערעדט שוין פֿון דער חורבן־ליטעראַטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.