(די 4 טע זײַט פֿון 4)
מע קען זאָגן אַז איר אַליין ראַנגלט זיך מיטן סוף. מיט 18 יאָר צוריק זענט איר געקומען ווי אַ פֿאַרוואַלטער אין בית שלום עליכם, וואָס איז הײַנט איינע פֿון די לעבעדיקסטע ייִדישע אינסטיטוציעס. דאָס יאָר האָט איר, למשל, אַרום 500 תּלמידים אין די פֿאַרשייִדענע קורסן.
אין איין סעמינאַר וואָס איך האָב געפֿירט צוזאַמען מיט דוד ראָסקעסן, האָב איך געזאָגט די סטודענטן אַז בײַ מיר איז ייִדיש שטענדיק געווען פֿאַרבונדן מיט אָט דעם געפֿיל פֿון סוף, אָבער אָט די סטודענטן פֿרעגן אָפּ די פֿאַרבינדונג, און ס’איז דאָ אַ מין האָפֿענונג. אפֿשר קען נאָך טאַקע עפּעס ווערן, פֿאַרשטייט זיך אין אַ גאַנץ אַנדערער גײַסטיקער קאָנפֿיגוראַציע. ייִדיש ווערט די שפּראַך פֿון יחידי סגולה, נישט פֿון די מאַסן.
וואָס איך וויל אין בית שלום עליכם איז סטימולירן אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדיש און וואָס האָט אַ ווערט. אַ גוטע פֿאָרשטעלונג אויף ייִדיש, אַ גוטן קורס, אאַז״וו. מיר פֿאַרנעמען זיך מיטן פֿאַרהיטן פֿיזיש ייִדישע ביכער, מיר פֿירן בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן מיט דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים און איצט אויך מיט דער נאַציאָנאַלער ייִדישער ביכער־צענטראַלע צו סקאַנירן ביכער און צײַטונגען, און איך האָף אַז אין אַ פּאָר יאָר אַרום, טאַקע נישט ווײַט, וועלן מיר שטיין פֿאַר אַ מצבֿ אַז יעדער איינער וועט האָבן פֿאַר זיך בײַ זײַן שרײַבטיש דעם גאַנצן אוצר פֿון ייִדישע ביכער. אויסער דעם האָבן מיר אַרײַנגעלייגט אַ סך מי און אַרבעט אין דעם „אינדעקס צו דער ייִדישער פּרעסע‟. אַזוי אַרום וועט מען מען אין אַ דור אַרום האָבן כאָטש אַ שליסל צו די אוצרות פֿון ייִדיש. מיר דאַרפֿן אַרבעטן אויף אַלע פֿראָנטן: סײַ פֿאַר יחידי סגולה, סײַ פֿאַר אַ ברייטערן עולם, און האָפֿן אַז פֿון דעם אַלעמען וועט עפּעס זיך אויסוויקלען.
אהרן לאַנסקי האָט געשריבן אין זײַן בוך “Outwitting History” אַז איינע פֿון די וויכסטיקסטע אויפֿגאַבעס הײַנט איז איבערזעצן ייִדיש אויף אַנדערע שפּראַכן. וואָס מיינט איר?
איבערזעצונגען האָבן אַ ווערט, און דורך אַ גוטער איבערזעצונג וועלן אַ טייל מענטשן דערגיין צום אָריגינאַל, אָבער די פּראָבלעם איז אַז איבערזעצונגען ווערן פֿאַרעלטערט גאַנץ גיך. הײַנט צו טאָג, מיט אַזעלכע ראַשיקע שינויים אין יעדער שפּראַך, קומט עס פֿאָר אַ סך גיכער ווי אַמאָל. דערקעגן דער אָריגינעלער טעקסט בלײַבט נישט געענדערט.
מדינת־ישׂראל איז קיין מאָל נישט געווען קיין לײַכט אָרט פֿאַר אַ ייִדישיסט, זינט בן־גוריונס צײַטן.
יאָרן לאַנג זײַנען ייִדישע שרײַבערס אַרומגעגאַנגען פֿאַרביטערט מיט טענות קעגן דער מדינה, פֿאַר וואָס זי האָט זיי באַעוולט. אַוודאי זענען די טענות באַרעכטיקט, אָבער זיי שאַפֿן נישט דאָס גאַנצע בילד. אַ פֿאַקט איז אַז סוצקעווער האָט מצליח געווען אויפֿצוהאַלטן „די גאָלדענע קייט‟ במשך פֿון קנאַפּע פֿופֿציק יאָר. וואָלטן אַנדערע אָפּשניטן פֿון דער ייִדיש־קולטור געהאַט אַזעלכע פּערזענלעכקייטן, וואָלטן זיי אויך אפֿשר דערגרייכט מער פּרעסטיזש פֿאַר ייִדיש.
הײַנט קען מען אין ישׂראל שוין רייִדן וועגן אַלע קולטורעלע אידענטיטעטן, אָבער מיר האָבן ווי אַ קולטור־מיניסטער מירי רגבֿ, וואָס איז נישט קיין גרויסע ליבהאָבערין פֿון ייִדיש.
מיר דאַרפֿן טראַכטן וועגן אַ מאָזאַיִק, און איך מיין אַז די פֿאָדערונגען פֿון אָט די מזרח־גרופּעס וואָס שטאָלצירן מיט זייער קולטור קענען ווערן אַן אַרויסרוף פֿאַר אַנדערע גרופּעס. אין דעם זינען, סײַ פּאָזיטיוו און סײַ נעגאַטיוו, איז ישׂראל פֿאָרט די בעסטע באַזע פֿאַר דער ייִדיש־אַרבעט. דווקא ווײַל דאָס לאַנד איז קליין, קענען ייִדיש־פּראָיעקטן האָבן דאָ אַ טיפֿערן רעזאָנאַנס ווי למשל אין אַמעריקע, וווּ יעדער פּראָיעקט איז ווי אַ טראָפּן אין ים. מיר פֿאַרקאַטשען די אַרבל און אַרבעטן אויף עטלעכע פֿראָנטן. איינער פֿון די שליסלען צו אונדזער אַרבעט איז דער ווילן נישט צו מאַכן שבת פֿאַר זיך, נאָר אויספֿורעמען שותּפֿותדיקע פּראָיעקטן מיט אַנדערע אינסטיטוציעס. מיר ווייסן און מיר גלייבן אַז אין צווייען איז שטאַרקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.