(די 2 טע זײַט פֿון 3)
די עלטערן האָבן ווייניק געגלייבט, אַז דערפֿון וועט עפּעס אַרויסקומען. צוצוזאָגן קאָסט דאָך נישט קיין געלט. פֿון דעסטוועגן, האָט שרת געהאַלטן וואָרט. אין אַ פּאָר וואָכן אַרום איז צו זיי געקומען אַ פֿרוי, אַ פֿאָרשטייערין פֿון דעם בילדונג־מינינסטעריום און געזאָגט, אַז משה שרת האָט איר דערציילט וועגן דעם טאַלאַנטירטן ייִנגעלע יובֿל, און זי וויל זיך מיט אים טרעפֿן.
„מ׳האָט באַלד געשיקט נאָך מיר אין קיבוץ, — דערציילט יובֿל, — און כ׳האָב עפּעס פֿאַר איר געשפּילט, כאָטש כ׳האָב דעם פֿידל נישט געהאַלטן אין די הענט שוין אַ היפּש ביסל צײַט. נאָך דער טרעפֿונג האָט מען מיך געבראַכט קיין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ כ׳האָב אָנגעהויבן זיך לערנען בײַ איינעם פֿון די בעסטע פֿידל־לערער, לאָראַנד פֿעניוועש…”
גאָר אין גיכן איז פּראָפֿעסאָר פֿעניוועש פֿאַרבעטן געוואָרן קיין זשענעוו, ווי דער קאָנצערט־מײַסטער פֿונעם סימפֿאָנישן אָרקעסטער Suisse Romande, ווי אויך צו זײַן פּראָפֿעסאָר אין דער זשענעווער קאָנסערוואַטאָריע. מיט יאָרן שפּעטער האָט יובֿל זיך ווידער געטראָפֿן מיט זײַן ערשטן ישׂראל־לערער, אין זשענעוו, געוווינט בײַ אים אין שטוב און זיך געלערנט אין גימנאַזיום. אָבער דעמאָלט, נאָך דעם ווי פֿעניוועש האָט פֿאָרלאָזט ישׂראל, איז זײַן יונגער תּלמיד אַריבער זיך לערנען אינעם קלאַס פֿון פֿעניוועשס שוועסטער, אויך אַ פֿידלערין. וואַלדמאַנס ערשטער עפֿנטלעכער אויפֿטריט אין ישׂראל איז פֿאָרגעקומען בעתן קאָנצערט, אָרגאַניזירט דורכן „אַמעריקע־ישׂראל־פֿאָנד”. דאָרט האָט דער יונגער פֿידלער זיך באַקענט מיט אײַזיק סטערן.
„אין יענע טעג איז בײַ סטערן געווען זײַן אייגענער קאָנצערט אינעם גרעסטן זאַל, ׳היכל התּרבותּ׳. סטערן האָט מיך פֿאַרבעטן, און ס׳האָט זיך אַזוי באַקומען, אַז כ׳בין געזעסן צווישן זײַן מאַמען און זײַן פֿרוי. ער האָט דעמאָלט געשפּילט בראַמס’ סאָנאַטע. בײַ דעם צווייטן טייל פֿון דער סאָנאַטע בין איך אַנטשלאָפֿן געוואָרן. זײַן פֿרוי האָט עס מיר שפּעטער נישט איין מאָל דערמאָנט…”
דער גרויסער אַמעריקאַנער פֿידלער האָט געהאַלטן אַן אויג אויף יובֿלס מוזיקאַלישער אַנטוויקלונג, און נישט איין מאָל אים אַרויסגעהאָלפֿן מיט אַן עצה און רעקאָמענדאַציעס. בײַ 15 יאָר האָט וואַלדמאַן פֿאַרענדיקט די קאָנסערוואַטאָריע, און אַוועקגעפֿאָרן קיין פּאַריז, וווּ ער האָט זיך אָפּגעלערנט איין יאָר בײַם באַקאַנטן פֿידל־פּראָפֿעסאָר ראָנע בענעדעטי.
„צו יענער צײַט איז געשטאָרבן מײַן פֿאָטער, — דערמאָנט זיך יובֿל, — כ׳האָב נישט געוווּסט וואָס צו טאָן ווײַטער. און דעמאָלט איז מיר ווידער געקומען אַנטקעגן מײַן מלאך־המושיע, אײַזיק סטערן. כ׳האָב שוין געזאָלט אָנהייבן צו אַרבעטן אינעם לאָזאַנער קאַמער־אָרקעסטער, נאָר סטערן האָט מיך געבעטן צוּוואַרטן צוויי וואָכן. און טאַקע, אין צוויי וואָכן אַרום האָב איך באַקומען צוויי טעלעגראַמעס — פֿון דעם „אַמעריקע־ישׂראל־פֿאָנד” און פֿון דעם אינדיאַנע־אוניווערסיטעט אין בלומינגטאָן. דאָרט האָט געאַרבעט דער באַרימטער פֿידל־פּראָפֿעסאָר דזשאָזעף גינגאָלד. דאָס האָט געמיינט, אַז דער ׳אַמעריקע־ישׂראל־פֿאָנד׳ וועט דעקן אַלע מײַנע הוצאָות פֿאַרן לערנען זיך אין בלומענגטאָן. איך בין דעמאָלט אַלט געווען 17 יאָר…”
אויף דעם האָט זיך זײַן לערע נישט פֿאַרענדיקט. זײַן מײַסטערשאַפֿט האָט ער נאָך פֿיר יאָר געשלײַפֿט אין דזשוליאַרד־שול בײַם פּראָפֿעסאָר איוואַן גאַלאַמיאַן. די בעסטע פֿידלער אין אַמעריקע פֿונעם ייִנגערן דור זײַנען אַרויס פֿון גאַלאַמיאַנס קלאַס.
די קאַריערע פֿון מאַעסטראָ וואַלדמאַן האָט אים געפֿירט סײַ אויף די וועגן פֿון אַ פֿידלער און סײַ ווי אַ דיריגענט. ס’איז אים אויסגעקומען צו אַרבעטן אין די גרעסטע אייראָפּעיִשע אָרקעסטערס און מיט די באַקאַנטסטע סאָליסטן; ער איז געווען דער מוזיקאַלישער דירעקטאָר פֿון אַ ריי פֿעסטיוואַלן; האָט געגרינדעט און אָנגעפֿירט מיט פֿאַרשידענע מוזיקאַלישע פֿאָנדן, אָנגעשטעלט אינטערנאַציאָנאַלע מוזיקאַלישע בריקן…
„ס׳וועט קלינגען אפֿשר מאָדנע הײַנט, — שמייכלט יובֿל, — כ׳שטאָלציר אָבער דערמיט, דהײַנו: ווען ס׳האָט אויסגעבראַכן די יום־כּיפּור־מלחמה, בין אין גראָד געווען אין ישׂראל. וואָס זשע מיינט איר, מ׳האָט מיך מאָביליזירט, און נאָכן פֿאַרכאַפּן דעם סועץ־קאַנאַל האָב איך געשפּילט באַכס ׳Chaconne׳, שטייענדיק אויף אַ טאַנק…”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.