ווען איך האָב געמוזט ענדיקן די ליבע מיט יאָסלען וואָס איך האָב לעצטן חודש באַשריבן, בין איך געווען גוט אין כּעס, כ׳האָב געשפּריצט מיט פֿײַער: „ווי קען ער צו מיר אַזוי רעדן נאָך כּמעט אַ יאָר? וואָס איז זײַן יחסנות? ער וואָלט מיך געדאַרפֿט טראָגן אויף די הענט! ווער וועט זײַן אַזוי גוט צו אים ווי איך בין געווען,” אאַז״וו, ביז דער כּעס האָט זיך אײַנגעשטילט.
דערנאָך האָב איך זיך געפֿילט גליקלעך וואָס ער האָט, סוף־כּל־סוף, אַרויסגעוויזן זײַן אמתן כאַראַקטער ווי אַ שטרויענער קאָזאַק, ווי אַ פּחדן וואָס ציטערט פֿאַר דער חופּה ווי אַ קעלבל פֿאַרן חלף. האָב איך געלויבט דעם אייבערשטן וואָס איך בין אַרויס אַ לעבעדיקע פֿון אַ באַציִונג מיט אַ מענטש וואָס האָט פּשוט מורא צו לעבן. כ’וואָלט געדאַרפֿט בענטשן גומל!!
אָבער נישט לאַנג נאָך דעם וואָס כ׳האָב זיך אַליין געגעבן מוט אָנצוגיין ווײַטער, האָב איך נישט געקענט גיין ווײַטער. ביסלעכווײַז, און דערנאָך מיט אַן אימפּעט, האָב איך אָנגעהויבן צו פֿילן ווי סע ליגט מיר אַ שטיין אויפֿן האַרץ, ווי אַ לאַסט דריקט מיר אין די אַקסלען, ווי די פֿיס מײַנע זענען זעק אָנגעפֿילט מיט נאַסן זאַמד, ווי דער קאָפּ איז אײַנגעהילט אין אַ גרויען וואָלקן. ס׳איז געווען שווער בלויז צו עפֿענען די אויגן־לעדלעך, און כ׳האָב נאָר געוואָלט שלאָפֿן… שלאָפֿן געוואָלט, אָבער אײַנשלאָפֿן האָב איך נישט געקענט. כ׳האָב זיך געדרייט ווי אַ וואָרעם, און אין דער פֿרי האָב איך נישט געוואָלט אויפֿשטיין פֿון בעט. צו וואָס אויפֿשטיין? זיך ווידער אַרומשלעפּן פּאַמעלעך פֿון איין צימער אינעם אַנדערן ווי אַ שד, און גאָרנישט אויפֿטאָן?
כ׳האָב זיך אַליין דערשראָקן ווען כ׳האָב אין שפּיגל דערזען ווי איך זע אויס: אונטערגעהאַקטע אויגן און אײַנגעפֿאַלענע באַקן. ווי האָב איך דערלאָזט עס זאָל דערגיין אויף אַזוי ווײַט, אַז עס זאָל פֿון מיר אַזוי אַ תּל ווערן? אוי, יעצט וועט קיינער מיך נישט וועלן!!
דער דאָקטער האָט מיר פֿאַרשריבן שלאָפֿפּילן. כ׳האָב זייער, זייער געוואָלט כאָטש איין נאַכט שלאָפֿן, און איך בין טאַקע געשלאָפֿן…צוועלף שעה. מע וואָלט געמיינט, אַז דאָס וואָלט שױן געווען די רפֿואה, אָבער נאָך איידער כ׳האָב געעפֿנט די אויגן האָב איך שוין דערפֿילט, אַז איך האָב אַ מיגרען. כ׳האָב קוים געקענט פֿאָקוסירן די אויגן און עס האָט מיך זייער וויי געטאָן צו רירן מיטן קאָפּ. בקיצור, ס׳איז געווען אַ שלעכט געשעפֿט.
איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז אפֿשר האָב איך צו זיי, די שלאָפֿפּילן, ווי צו בראָנפֿן, אַן אַלערגיע. און איך האָב באַשלאָסן מער זיך נישט צו פֿאַרלאָזן אויף קיין שלאָפֿמיטלען. איך קריג נישט די מיגרענען זייער אָפֿט, אָבער ווען יאָ איז דער ווייטיק אַ מאָל אַזוי שטאַרק, אַז עס ווערט מיר נישט גוט. אוי, רבונו־של־עולם, האָב איך געטראַכט: נאָך דאָס פֿעלט מיר. ווי באַלד דער געדאַנק איז מיר געקומען אין זינען בין איך ווי אַ ספּרוזשינע אַרויסגעשפּרונגען פֿון בעט און מיט צוויי טריט שוין געשטאַנען איבערן קליינעם אָפּגאָס אין וואַשצימער און, איר זאָלט מיר מוחל זײַן, געבראָכן מיט דער גרינער גאַל. סיאיז נאָך גוט געווען, אַז איך האָב געטראָפֿן אין אָפּגאָס. און ווי געוויינטלעך האָט דאָס מיך פּאָליובעט. לויפֿנדיק אַזוי גיך צו טרעפֿן אין אָפּגאָס האָב איך נישט געהאַט קיין צײַט אָנצוטאָן די שטעקשיך, בין איך געשטאַנען אויף די אײַז־קאַלטע קאַכליעס מיט באָרוועסע פֿיס. די מאַמע מײַנע, זאָל זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן, וואָלט געשריגן, „טו אָן די פּאַנטאָפֿליעס.“ אָבער דעם אמת געזאָגט האָט די קעלט מיר אויך געהאָלפֿן, געלויבט דעם אייבערשטן, זיך פֿילן אַ ביסל בעסער. כ׳האָב זיך אויסגעשוואָנקען דאס מויל און געוואָלט אײַננעמען צוויי מיגרען־טאַבלעטן האָב איך געהאַט נאָך אַ שאָק: צו די שוואַרצע פּאַסן אונטער די אויגן און די אײַנגעפֿאַלענע באַקן האָב איך יעצט אויך געהאַט אַ גרינלעכע צערע. אַ רעשטל צו די צרות. מיט דער פּלייצע צו דער וואַנט האָב איך זיך פּאַמעלעך אַראָפּגעגליטשט ביז איך בין געזעסן אויף די קאַלטע קאַכליעס. און שטילערהייט זענען הייסע טרערן גערונען איבער די אײַנגעזונקען באַקן און איך האָב געטראַכט: וואָס איז פֿון מיר געוואָרן? כ׳בין מיאוס געוואָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.