ס׳איז ניט קיין סוד, אַז עס גייט אָן שוין עטלעכע יאָר אַ שטילע (און צומאָל ניט אַזוי שטילע) קאָנקורענץ צווישן די צוויי ניו־יאָרקער ייִדישע טעאַטערס — דער אײַנגעפֿונדעוועטער חשובֿער ”פֿאָלקסבינע“ מיט איר נײַ־אויפֿגעקומענעם ריוואַל, דער ”נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער“.
כאָטש די דאָזיקע קאָנקורענץ פֿירט אַמאָל צו געוויסע אומבאַקוועמלעכקייטן, געניסט דער ברייטערער עולם טעאַטער־באַזוכער פֿון אָט דער קאָנקורענץ, ווײַל דער ניוואָ פֿון די פֿאָרשטעלונגען בײַ ביידע טעאַטערס שטײַגט אַלץ העכער. בעת דער ”פֿאָלקסבינע“ פֿאַרנעמט זיך כּמעט עקסקלוסיוו מיט פֿריילעכע מיוזיקלס, ספּעציאַליזירט זיך דער ”ניו־ייִדיש־רעפּ“ מיט ערנסטן קונסט־טעאַטער און דראַמעס וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר סאָציאַלע און פּאָליטישע קאָמענטאַרן פֿונעם אַמאָל וואָס האָבן נאָך אַלץ וואָס צו זאָגן וועגן דעם הײַנט. ביידע טעאַטערס — די ”פֿאָלקסבינע“ מיט אירע ריזיקע ספּעקטאַקלען פֿון איבער צוואַנציק אַקטיאָרן באַנאַנד מיט אָרקעסטערס — און דער ”ניו־ייִדיש־רעפּ“ מיט זײַנע קלענערע אָבער מער קינסטלעריש־נאָוואַטאָרישע און דערפֿאַר ריזיקאַלישע פֿאָרשטעלונגען, פֿילן אָן וווּנדערלעך זייער נישע.
ס׳איז אפֿשר פּאַסיק דערפֿאַר, וואָס דער ”ניו־ייִדיש־רעפּס“ נײַע באַאַרבעטונג פֿון שלום אַשס דראַמאַטישער מײַסטערווערק ”גאָט פֿון נקמה“ איז נאָענט פֿאַרבונדן מיט נאָך אַ פּיעסע, וואָס די ”פֿאָלקסבינע“ העלפֿט צו ברענגען קיין ”בראָדוויי“: פּאַולאַ פֿאָגעלס Indecent (ניט־צניעותדיק). Indecent שילדערט דעם סקאַנדאַל וואָס אַשס ”גאָט פֿון נקמה“ האָט גורם געווען, ווען מע האָט זי פֿאָרגעשטעלט אין 1923 אויף ענגליש בײַם ”אַפּאָלאָ־טעאַטער“ אויף דער 42סטער גאַס צוליב דעם וואָס די פּיעסע האָט געוויזן צום ערטשן מאָל אויף דער ניו־יאָרקער בינע אַ לעזבישן קוש. אינטערעסאַנט איז עס דערפֿאַר ווײַל אין דעם נײַעם נוסח פֿון ”גאָט פֿון נקמה“, דער קאָנטראָווערסיעלסטער אַספּעקט פֿון דער פּיעסע איז ניט די „קוש־סצענע‟, נאָר דווקא די רעליגיעזע היפּאָקריטישקייט פֿון צוויי פֿון אירע העלדן.
אַשס הויפּט־העלד (און הויפּט־היפּאָקריט) איז דער ”פֿעטער“ יעקל טשאַפּטשאַוויטש, וואָס פֿירט אָן מיטן ”הײַזל“ (בית־זונות) וווּ עס קומט פֿאָר די פּיעסע. פֿאָרגעשטעלט דורך שיין בייקער אין אַן אויפֿטריט וואָס רופֿט אַרויס סײַ עקל, סײַ מיטגעפֿיל (כאָטש נאָר אַ ביסעלע), איז דער בייזער יעקל אַ ייִד מיט בלויז איין ציל: חתונה צו מאַכן זײַן טאָכטער רבֿקהלע (געשפּילט פֿון שיינע שמיט) פֿאַר אַ תּלמיד־חכם, זי זאָל חלילה ניט אַרײַנפֿאַלן אין דער וועלט פֿון פּראָסטיטוציע, וווּ עס וואַלגערן זיך יעקל מיט זײַן פֿרוי שׂרה (געשפּילט פֿון עלינאָר ריסאַ). כּדי אָפּצוהיטן זײַן טאָכטער און פֿאַרזיכערן, אַז זי זאָל בלײַבן אַ ”כּשר ייִדיש מיידל“, דאָס הייסט, אַ בתולה, פֿאַרווערט יעקל זײַן טאָכטער אַראָפּצוגיין אינעם קעלער, וווּ עס געפֿינען זיך זײַנע פּראָסטיטוטקעס און זייערע קליענטן.
יעקל דערפֿילט אָבער באַלד, אַז די מחיצה צווישן זײַנע צוויי וועלטן — זײַן הויז אויבן מיט זײַן כּשרער טאָכטער און זײַן „הײַזל‟ אונטן מיט זײַנע טרייפֿענע מיידלעך — ווערט אַלץ מער אומפֿאַרלאָזלעך. ער באַשליסט אָנצושטעלן דעם סופֿר ר׳ יעקבֿ (געשפּילט פֿון אלי ראָזענבלו) צו שרײַבן פֿאַר אים אַ ספֿר־תּורה, וואָס יעקל האָפֿט וועט דינען ווי אַ מין שמירה אָפּצוהיטן רבֿקהלען פֿון די פּאַרשוינען אונטן. אַזוי אַרום האָפֿט יעקל, אַז דורכן אונטערשטיצן דאָס תּורה־שרײַבן, וועט גאָט ניט שטראָפֿן זײַן טאָכטער פֿאַר זײַנע זינד. עס געשעט אָבער דערבײַ אַן אומגליק: זײַן פֿרוי שׂרה בעט איינע פֿון די מיידלעך אונטן, מאַנקע (געשפּילט דורך מלכּה ווײַס), אויסצולערנען רבֿקהלען ווי אַזוי אויסצוהעפֿטן דאָס מענטעלע פֿאַרן ספֿר־תּורה און די צוויי מיידלעך הייבן אָן אַ ראָמאַנס, וואָס דערפֿירט צו דער פּיעסעס טראַגישן סוף.
כאָטש שלום אַש האָט זיכער געוווּסט ווען ער האָט די פּיעסע אָנגעשריבן אין 1906, אַז דער לעזבישער ראָמאַנס צווישן מאַנקע און רבֿקהלע וועט גורם זײַן אַ סקאַנדאַל, האָט ער ניט סתּם אָנגעשריבן די אונטערסיפּור־המעשׂה כּדי אויפֿצורודערן דעם עולם. פֿאַרקערט, ער האָט דעם דאָזיקן קאָנטראָווערסיעלן ראָמאַנס אַרײַנגעוועבט אין זײַן סצענאַר, ווײַל ער איז אַן עיקרדיקער סימבאָלישער טייל פֿונעם ווערק. די ליבע צווישן מאַנקע און רבֿקהלע איז דווקא די איינציקע פּאָזיטיווע באַציִונג צווישן צוויי מענטשן אין דער גאַנצער פּיעסע. יעקל, למשל, שלאָגט ווילד סײַ זײַן פֿרוי שׂרה, סײַ רבֿקהלען און דאָס איז ווײַט גאָרניט אין פֿאַרגלײַך מיטן ברוטאַלן אופֿן, ווי אַזוי דער אַלפֿאָנס, שלמה (געשפּילט פֿון לוזער טווערסקי) באַציט זיך צו זײַן חבֿרטע, די פּראָסטיטוטקע הינדל (געשפּילט פֿון קאַראַיִד אָ׳ברײַען). עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז לויט אַשס וויזיע פֿונעם גיהנום וואָס איז יעקל טשאַפּטשאַוויטשס „הײַזל‟, ווערן אַלע פֿרויען אונטערגעדריקט אויף אַזוי ווײַט, אַז עס קען ניט עקזיסטירן קיין עכטע ליבע צווישן אַ מאַן און אַ פֿרוי, און דערפֿאַר קען אַ געראָטענע ראָמאַנטישע באַציִונג פֿאָרקומען דווקא בלויז צווישן צוויי מיידלעך.
אין אַ סך פֿריִערדיקע פּראָדוקציעס פֿון „גאָט פֿון נקמה‟ האָט מען פֿאָרגעשטעלט מאַנקע ווי אַ בייזע פֿאַרפֿירערין, אַ כּמו־מכשפֿה, וואָס נאַרט אָפּ דאָס אומשולדיקע מיידעלע, רבֿקהלע. אַזוי האָט מען, למשל, פֿאָרגעשטעלט זייער באַציִונג אין דער באַקאַנטער אויפֿפֿירונג פֿון דער פּיעסע אויף „בראָדוויי‟ וואָס האָט אינספּירירט פּאַולאַ פֿאָגעלס „נישט־צניעותדיק‟. אונטער דער קלוגער רעזשי פֿון עלינאָר ריסאַ שפּילט אָבער מלכּה (מעליסאַ) ווײַס די ראָלע אויף אַן אופֿן וואָס שטימט מיט אַשס אָריגינעלער וויזיע: איר מאַנקע איז ניט קיין בייזע פּאַרשוינטע, נאָר אַליין אַ געליטענע פֿון איר סבֿיבֿה און אומשטענדן. מלכּה ווײַס׳ מאַנקע און שיינע שמיטס רבֿקהלע פֿאַרמאָגן אַ צוצי־קראַפֿט צווישן זיך, וואָס זעט אויס אין גאַנצן נאַטירלעך. כאָטש שמיטס רבֿקהלע איז אַ סך מער אומשולדיק וואָס שייך ראָמאַנס און סעקס, פֿילט דער עולם ניט קיין סימנים פֿון באַלעסטיקונג אין זייער באַציִונג, ווי עס טרעפֿט זיך בײַ אַלע אַנדערע פּאָרלעך אין דער פּיעסע. דערצו איז די קריטישע ליבע־סצענע דאָ אַ סך מער רירנדיק איידער עראָטיש.
כאָטש די לעזבישע אונטערסיפּור־המעשׂה איז ווײַט ניט אַזוי קאָנטראָווערסיעל ווי זי איז געווען מיט 110 יאָר צוריק, טרעפֿט נאָך אַלץ אַשס קריטיק פֿון דער רעליגיעזער היפּאָקריטישקייט אין פּינטל אויף אַזוי ווײַט, אַז ער קען נאָך אַלץ שאָקירן אַ הײַנטצײַטיקן עולם. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס עס איז אַליין איבערראַשנדיק ווי אַזוי שיין בייקערס „פֿעטער‟ יעקל טשאַפּטשאַוויטש פּרובירט תּשובֿה צו טאָן דורכן אונטערשטיצן אַ תּורה־שרײַבן, איז עס גאָרניט אין פֿאַרגלײַך מיטן אויפֿפֿיר פֿון ר׳ אלי (געשפּילט דורך דוד מאַנדעלבאַום). כאָטש מע קען צום טייל פֿאַרשטיין יעקלס היפּאָקריטישקייט ווײַל ער איז אַן עם־האָרץ וואָס ווייסט אַ קרענק פֿון די עיקר־יסודות פֿון ייִדישקייט, האַלט זיך ר׳ אלי אַליין פֿאַר אַ פֿרומען ייִד, ניט געקוקט אויף זײַנע מעשׂים. ר׳ אלי איז אַזאַ עקסטרעמער פּאַרשוין אַז ער זעט שיִער נישט אויס ווי אַן אַנטיסעמיטישער סטערעאָטיפּ, ד׳׳ה דער ייִד וואָס וועט אויסקויפֿן אַלצדינג און אַלעמען כּדי צו פֿאַרדינען אַ ביסל געלט.
אין אַן אינטערוויו מיטן זשורנאַל American Theatre, האָט מאַנדעלבאַום, דער דירעקטאָר פֿונעם „ניו־ייִדיש־רעפּ‟, דערקלערט, אַז ר׳ אלי דערמאָנט אים אינעם קומענדיקן וויצע־פּרעזידענט מײַק פּענץ, מחמת פּענץ, אַ פֿרומער קריסט, איגנאָרירט די אַלע ניט־קריסטלעכע זאַכן וואָס דאָנאַלד טראָמפּ האָט געטאָן וואָס שייך זײַנע באַציִונגען מיט פֿרויען, אַזוי ווי ר׳ אלי מאַכט זיך ניט וויסנדיק ווען עס קומט צו יעקלס זינד.
אַזאַ צוגאַנג געהערט ניט בלויז צו דוד מאַנדעלבאַום, נאָר צו דער גאַנצער פּראָדוקציע. בײַם קוקן אויף דער דעקאָראַציע און קאָסטיומען, צונויפֿגעשטעלט דורך דער דיזײַנערין וויקי דייוויס, פֿאַרשטייט מען אַז דער „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ וויל, אַז אַשס פּאָליטישע און סאָציאַלע קאָמענטאַרן פֿון 110 יאָר צוריק זאָלן האָבן וואָס צו זאָגן וועגן אונדזער הײַנט. כאָטש אַשס פּיעסע האָט לכתּחילה געדאַרפֿט פֿאָרקומען אין אַ „פּראָווינציעלער שטאָט‟ אינעם צאַרישן רוסלאַנד, קומט פֿאָר די איצטיקע אויפֿלעבונג אין אַן אומבאַשטימט אָרט אין אַ מין צײַטלאָזער אייביקייט. אַלע מעבל און ס׳רובֿ פֿון די קאָסטיומען זעען אויס ווי זיי זענען אַהערגעבראַכט פֿון 1906. אַנדערע עלעמענטן ווי די דזשינס-הויזן וואָס עס טראָגט אַ בעטלערין, די הײַנטצײַטיקע הערלעך (headphones) וואָס רבֿקהלע טראָגט און דאָס קליינע באַטעריע־לעמפּל (flashlight) וואָס עס טראָגט יעקל בײַם זוכן זי זענען אָבער פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט. אין אַ קלוגן קנייטש איז אויך דער אָנצוג וואָס עס טראָגט דער סופֿר ר׳ יעקבֿ (געשפּילט פֿון אלי ראָזענבלו) אין גאַנצן אַ מאָדערנער פֿרומער מלבוש, ווי מע וואָלט הײַנט געזען אין באָראָ־פּאַרק, אַנשטאָט דער מין קאָסטיום וואָס עס האָבן אויף אַן אמתן געטראָגן די פֿרומע ייִדן מיט 110 יאָר צוריק.
די שטרעבונג צו אוניווערסאַליזירן אַשס פּיעסע דורכן פֿאָרשטעלן זי מיט דעקאָראַציע און קאָסטיומען פֿון פֿאַרשידענע צײַטן קען אָבער אָנגיין נאָר אַזוי ווײַט בעת מע שטעלט פֿאָר די ווערק אויף ייִדיש, אַ שפּראַך וואָס איז דאָך אַזוי שטאַרק פֿאַרבונדן מיט אַ געוויסער צײַט און אָרט. דאָס הייסט ניט, אַז דער פּרוּוו איז ניט געלונגען. עס איז געלונגען אַ סך אָפֿטער ווי די מאָמענטן אין וועלכע עס אַרבעט ניט אָבער ס׳איז דאָך אַ שווערער באַלאַנס. עס קען זײַן, אַז פֿאַר אַ מער אַלגעמיינעם עולם וואָס ווייסט גאָרניט וועגן „גאָט פֿון נקמה‟, וועט די דאָזיקע אויפֿלעבונג טרעפֿן גלײַך אין ציל צוליב איר שטרעבונג נאָך אוניווערסאַלקייט. נאָר פֿאַר די אינעם עולם וואָס קענען ייִדיש און ווייסן וועגן דער וועלט פֿון וואַנען עס שטאַמט די פּיעסע, וועט מען אפֿשר פֿילן אַז מע פֿאַרלירט אַמאָל עפּעס צוליב דער דאָזיקער אוניווערסאַלקייט.
נאָך אַן עלעמענט צוליב וועלכן די ייִדיש־רעדנדיקע אין עולם וועלן אפֿשר באַטראַכטן די איצטיקע פּראָדוקציע אַנדערש ווי די וואָס קענען ניט די שפּראַך איז דער אַרויסרעד פֿון מאַמע־לשון גופֿא. ווי באַוווּסט, איז עס כּמעט אוממעגלעך הײַנט צונויפֿצושטעלן אַן אַנסאַמבל פֿון פֿעיִקע ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן מחוץ דער חסידישער וועלט, און ס׳קומט דעם „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ אַ „יישר־כּוח‟ פֿאַרן דאָס באַווײַזן צו טאָן.
נאָר עס דוכט זיך, אַז אַזוי ווי די מעבל און קאָסטיומען קומען פֿון פֿאַרשידענע ערטער און צײַטן, אַזוי קלינגט אויך די ייִדיש בײַ די אַקטיאָרן — מע הערט אַ געמיש פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע דיאַלעקטן און אַרויסרעדן. ס׳איז ניט קיין חידוש ווײַל די אַקטיאָרן שטאַמען פֿון גאָר פֿאַרשידענע הינטערגרונטן — דרײַ זענען געוועזענע חסידים וואָס קענען ייִדיש פֿון דער היים, איינע איז אַ מיידל פֿון אַ ייִדישיסטישער משפּחה, צוויי זענען גויים וואָס האָבן זיך אויסגעלערנט אַ פֿײַנעם ייִדיש, צוויי זענען לאַנג־יאָריקע וועטעראַנען פֿונעם ייִדישן טעאַטער וואָס רעדן ייִדיש פֿון דער היים און עטלעכע קענען ניט באמת די שפּראַך אָבער קענען יאָ געהעריק שפּילן אויף ייִדיש. להיפּוך צו ס׳רובֿ הײַנטצײַטיקע ייִדישע טעאַטערס הערט מען אין דער איצטיקער פֿאָרשטעלונג ניט קיין גרײַזן בײַם אַרויסרעדן די ווערטער און מע קען גרינג פֿאַרשטיין אַלצדינג, נאָר די קאַקאָפֿאָניע פֿון פֿאַרשידענע אַרויסרעדן קלינגט צומאָל מאָדנע. אמת, עס שטימט פּערפֿעקט מיט דער דעקאָראַציע און קאָסטיומען און מיטן אוניווערסאַלן געפֿיל פֿון דער פּראָדוקציע, נאָר עס שטימט ניט מיט אַשס דורכאויס פּוילישן ייִדיש.
דערצו קומען די אויפֿטריט־סטילן פֿון די אַקטיאָרן אַמאָל אין סתּירות איינער מיטן אַנדערן. געוויסע אַקטיאָרן שפּילן זייערע ראָלעס אויף אַ העכסט־דראַמאַטישן אופֿן, וואָס איז אַמאָל אַפֿילו איבער דער מאָס, און אַנדערע שטעלן פֿאָר זייערע העלדן אין גאַנצן ווי פֿאַרטראַכטע טרוימער. 90% פֿון דער צײַט אַרבעט עס אויס כּמעט פּערפֿעקט אָבער עס קומען אויך פֿאָר עטלעכע מאָמענטן, ווען עס זעט אויס ווי די אַקטיאָרן וואָס רעדן צוזאַמען שפּילן אין באַזונדערע פּיעסעס.
די דאָזיקע פּאָר קריטיקן זענען אָבער באמת קלייניקייטן אין פֿאַרגלײַך מיטן אַלגעמיינעם דערפֿאָלג פֿון דער פּיעסע, וואָס ווײַזט בולט אָן, אַז אַשס מײַסטערווערק „גאָט פֿון נקמה‟ איז פּונקט אַזוי רעלעוואַנט הײַנט ווי אַמאָל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.