יעקבֿ אָבֿינו האָט אָפּגעלעבט זײַנע לעצטע 17 יאָר אין מצרים. מיט דער דערציילונג וועגן די ברכות, מיט וועלכע ער האָט געבענטשט יעדן פֿון זײַנע קינדער פֿאַר זײַן פּטירה, שליסט זיך די וואָך דער ערשטער טייל פֿונעם חומש, „בראשית”.
אין זײַנע נבֿיאיִשע ברכות, האָט יעקבֿ באַטראַכט יוספֿס צוויי זין, אפֿרים און מנשה, ווי זײַנע אייגענע קינדער; יעדע ברכה שטעלט דעם טראָפּ אויף געוויסע אוניקאַלע צוקונפֿטיקע מעלות אָדער חסרונות פֿונעם שבֿט. ווען יעקבֿ איז ניפֿטר געוואָרן, האָט יוסף אים באַערדיקט אין ארץ־ישׂראל.
די חז״ל זאָגן, אַז יעקבֿ אָבֿינו איז נישט געשטאָרבן. דאָס באַלזאַמירן און די קבֿורה זענען געווען בלויז אַן אילוזיע. אַ טייל מפֿרשים טײַטשן אָפּ דעם דאָזיקן מאמר־חז״ל אויף אַן אַלעגאָרישן אופֿן. הגם יעקבֿ איז געשטאָרבן אינעם גשמיותדיקן זין, איז זײַן גײַסט געבליבן לעבן ווײַטער, פֿאַרקערפּערט אינעם קאָלעקטיוון לעבן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. אין ספֿרי־חסידות ווערט דערקלערט אַן אַנדער באַקאַנטער מאמר־חז”ל, לויט וועלכן די צדיקים ווערן גערופֿן לעבעדיקע נאָך זייער טויט; אַ פֿיזיש־טויטער צדיק קאָן משפּיע זײַן אויף דער גשמיותדיקער וועלט נאָך שטאַרקער, ווי בײַם לעבן.
פֿאַרן בענטשן די קינדער, האָט יעקבֿ געזאָגט, אַז ער קלײַבט זיך זיי צו דערציילן, וואָס ס׳וועט פּאַסירן „באַחרית הימים” — אין משיחס צײַטן. הגם פֿאַרשיידענע רמזים וועגן דער צוקונפֿטיקער גאולה טרעפֿן זיך שוין אין די סאַמע ערשטע פּסוקים פֿון דער תּורה, ווערט אין אונדזער סדרה צום ערשטן מאָל דערמאָנט בפֿירוש דער דאָזיקער ענין. ווען יעקבֿ האָט געבענטשט זײַנע זין, האָט ער געוואָלט אָנגעבן די קאָנקרעטע דאַטע, ווען דער גואל־צדק וועט קומען; דער אייבערשטער האָט אים אָבער נישט געלאָזט.
יוסף הצדיק האָט געוווּסט, אַז דער אייבערשטער האָט איבערגעגעבן זײַן עלטער־זיידן, אַבֿרהם, אַז ייִדן וועלן במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט זײַן פֿאַרשקלאַפֿט אין מצרים. זײַענדיק אַליין אַ נבֿיא, האָט ער זיכער פֿאַרשטאַנען, אַז ער ברענגט זײַן משפּחה אין אַ לאַנד, וווּ זי וועט לײַדן אין אַ ביטערן גלות. ער האָט אָבער געמוזט פֿאַרווירקלעכן זײַנע חלומות און מקיים זײַן דעם באַשעפֿערס ווילן. לויט אַבֿרהם אָבֿינוס נבֿואה, האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק געמוזט בלײַבן אין מצרים 400 יאָר. למעשׂה, ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, זענען ייִדן געבליבן אין מצרים בלויז 210 יאָר. די מפֿרשים דערקלערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, אַז אַבֿרהמס נבֿיאיִשער טערמין איז אויך מקוים געוואָרן; לויט רש״יס באַקאַנטער שיטה, זענען אינעם חשבון פֿאַררעכנט געוואָרן אַלע יאָרן נאָך יצחקס געבורט.
אויב יעקבֿ אָבֿינו האָט געוווּסט, ווען משיח וועט קומען, פֿאַרוואָס האָט ער נישט מרמז געווען די גאולה־צײַט דורך אומקלאָרע רמזים, וואָס לאָזן זיך אָפּגעטײַטש ווערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים? צום בײַשפּיל, דניאל הנבֿיא גיט איבער אַ ריי קאָנקרעטע חשבונות. בײַם סוף פֿון זײַן ספֿר, דערמאָנט ער די מיסטעריעזע 1,290 און 1,335 טעג, וואָס די מפֿרשים טײַטשן, געוויינטלעך, ווי יאָרן. הגם משיח איז נאָך נישט געקומען, האָבן אומצאָליקע קאָמענטאַטאָרן געפּרוּווט זיי דערשיפֿרירן במשך פֿון די דורות.
די חז״ל שעלטן אָבער די, וואָס פּרוּוון צו באַשטעטיקן די פּינקטלעכע צײַט פֿון דער קומענדיקער גאולה. נאָך שאַרפֿער דריקט זיך אָפּ רבי יוסי אין דער מסכתּא „דרך ארץ רבה”; ער זאָגט, אַז פֿאַרן אָנגעבן אַ קאָנקרעטע דאַטע קאָן מען בכלל פֿאַרלירן דעם חלק אין עולם־הבא. פֿונדעסטוועגן, האָבן די דאָזיקע וואָרענונגען פֿון אונדזערע חכמים נישט געשטערט די גרעסטע רבנים און מקובלים — אַפֿילו אַזעלכע ראַציאָנאַליסטישע דענקער, ווי דער רמב״ם — צו פֿירן ווײַטער משיחישע חשבונות; מע מעג זיך פֿאַרנעמען דערמיט, כּל־זמן מע דערוועגט זיך נישט צו מעלדן, אַז מע ווייסט די דאַטע אויף זיכער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.