איידער איך בין געפֿאָרן קיין גריכנלאַנד אױף אַ פּאָליגלאָט-קאָנפֿערענץ, האָט איינער אַ גרעק, נישט קיין ייִד, געשריבן אױף פֿײסבוק: „צי קומען ייִדישיסטן אױף דער קאָנפֿערענץ?‟ באַלד ווי איך בין אָנגעקומען אַהין, האָב איך אים אױסגעזוכט און געפֿרעגט, אױף מאַמע־לשון, װי אַזױ איז אַ גױ אין גריכנלאַנד געקומען צו ייִדיש?
מיכאַליס גיאַנטיס, דער ייִדיש־רעדנדיקער גרעק, האָט מיר דערציילט די געשיכטע. סאַלאָניקי, וווּ די קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען, איז אַ שטאָט מיט אַ רײַכער ייִדישער געשיכטע, נאָר אַ ספֿרדישער. מיט 500 יאָר צוריק, נאָכן גירוש־שפּאַניע, האָבן ייִדן באַטראָפֿן מער װי אַ העלפֿט פֿון דער סאַלאָניקי־באַפֿעלקערונג. צום באַדױערן זײַנען הײַנט אין דער שטאָט, װי אין אַ סך ערטער אין אייראָפּע, געבליבן זייער װייניק ייִדן. אָבער ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, זענען געציילטע גרעקן הײַנט אַליין פֿאַראינטערעסירט אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
דער ערשטער װאָס האָט דערװעקט מיכאַליס׳ אינטערעס צו דער ייִדישער געשיכטע איז געװען דער שרײַבער פּרימאָ לוי. „ס׳איז מיר געװען אַ גרױסער שאָק צו לייענען װעגן דעם ייִדישן חורבן, פֿון אַ שרײַבער װאָס איז אַן עדות געװען דערצו.‟ נאָך דעם האָט מיכאַליס געװאָלט לייענען אַלץ װעגן אַנטיסעמיטיזם, כּדי אים בעסער צו פֿאַרשטײן. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט ער זיך פֿאַרשריבן אין אַ פּראָגראַם פֿון ייִדישע לימודים אין לאָנדאָן, וווּ ער האָט געשריבן זײַן טעזע װעגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין סאַלאָניקי.
צו ערשט האָט ער זיך געלערנט העברעיִש; שפּעטער האָט אָבער ייִדיש געפֿונען אַ באַזונדערן חן אין זײַנע אױגן. ס׳איז אים געװען היימיש, און נישט נאָר װײַל ער האָט געפּרוּװט פֿריִער צו לערנען דײַטש. ייִדיש איז אים אַ סך מער געפֿעלן געוואָרן. די סלאַװישע װערטער אין ייִדיש זײַנען אים געװען באַקאַנט. אָבער פֿאַר װאָס? גרעקיש איז דאָך נישט קיין סלאַװישע שפּראַך.
איז די געשיכטע אַזאַ: מיכאַליס גיאַנטיס שטאַמט פֿון אַ שטעטל אין צפֿון־גריכנלאַנד, וווּ עס זענען דאָ קלאָרע סימנים פֿון אַ „לינגװיסטישן גענאָציד‟, האָט ער געזאָגט. זײַן מאַמע־לשון איז אין דער אמתן געווען אַ ווייניק־באַקאַנטע סלאַװישע שפּראַך, װאָס זײַן מאַמע האָט אַליין קינדווײַז גערעדט אין דער היים. מיכאַליס האָט אַפֿילו נישט קיין נאָמען פֿאַר זײַן מאַמע־לשון. ס׳איז אַ דיאַלעקט פֿון מאַקעדאָניש אָדער פֿון בולגאַריש, צי אפֿשר גאָר אַ באַזונדערע שפּראַך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.