דאָס שטעטעלע סאַיוליטאַ שטייט אויפֿן ברעג פֿונעם פּאַציפֿישן אָקעאַן, אַ ביסל צפֿונדיק פֿון פּאָרטאָ־וואַיאַרטאַ, מעקסיקע. די פּרעכטיקע ברעגן, וועלכע ציִען צו זיך אינדלערס פֿון איבער צפֿון־אַמעריקע, צוזאַמען מיט די דזשונגלישע בערגלעך אַרום, האָבן פֿאַרוואַנדלט דאָס שטעטעלע פֿון פֿיר טויזנט תּושבֿים אין אַ פּאָפּולער וואַקאַציע־אָרט, וואָס באַשטייט אין געוויסע צײַטן פֿון יאָר פֿון כּמעט אַכט טויזנט נפֿשות.
צווישן די טוריסטן, וואָס קומען מאַסנווײַז פֿון די קאַלטע ראַיאָנען בײַם צפֿון־מערבֿ אַמעריקע און קאַנאַדע, איז לײַכט צו געפֿינען ייִדן אויכעט. מיט עטלעכע וואָכן צוריק, למשל, זענען די שוועסטער אילנה און קיקי ליפּסעט געקומען פֿון אָקלאַנד, קאַליפֿאָרניע, צו פּראַווען חנוכּה דאָ. זיי האָבן מיט זיך אײַנגעפּאַקט אַ חנוכּה־לאָמפּ און זענען פֿאַרפֿאָרן צום דרום. קיקי איז אַ מוזיק־לערערין פֿון קליינע קינדער אין אָקלאַנד, און אויך אין דער אָרטיקער שיל. נישט לאַנג צוריק האָט זי זיך אומגעקערט פֿון ישׂראל, וווּ זי האָט פֿאַרבראַכט צוויי יאָר ווי אַ סטעפּענדיאַנט פֿון דער „דורות‟־פֿונדאַציע. ווען איך האָב איר געזאָגט אַז איך בין אַ ישׂראל־געבוירענער איז זי געווען גליקלעך צו געפֿינען נאָך העברעיִש־רעדענדיקע דווקא אין אָט דעם „פּינטעלע‟ אויף דער מאַפּע.
איר שוועסטער אילנה האָט געמאָלט אַ קאָלירפֿולע סקיצע פֿון דעם לעבעדיקן סקווער אין צענטער פֿון סאַיוליטאַ, וווּ מענטשן שפּאַצירן, טאַנצן, קוקן אויף אַ פֿוסבאָל־מאַטש אויף אַ גרויסן עקראַן, און פֿאַרברענגען סתּם אַזוי. זי אַרבעט ווי אַן עצה־געבערין צו מוניציפּאַליטעטן און קהילות צו העלפֿן זיי אוסצוניצן די שטאָטישע לאַנדשאַפֿט אויף קינסטלערישע אופֿנים, און זאָגט אַז די סצענע דאָ אין סאַיוליטאַ איז אינספּירירנדיק.
אַ צווייטע טוריסטקע וואָס האָט מיטגעבראַכט אַ מנורה, דזשעניפֿער (ראָזענבערג) גרייהאַם, איז געקומען פֿונעם אײַנגאָס־ראַיאָן לעבן סאַן־פֿראַנסיסקאָ. דער נאָמען „גרייהאַם” איז פֿון איר טאַטן, וואָס האָט זיך מגייר געווען כּדי חתונה צו האָבן מיט איר מאַמען, אַ פֿרוי פֿון אַ פֿרומער ייִדישער משפּחה. דזשעניפֿער אַרבעט מיט פֿאַרצרהטע יונגע לײַט, און רעדט מיט ייִדישע קהילות ווי צו העלפֿן זייערע יונגע אין קריזיס, וועלכע באַדאַרפֿן כּשר עסן און אַנדערע סאָרטן רעליגיעזע באַדינונגען.
געטראָפֿן האָב איך דזשעניפֿערן אויפֿן דעק פֿונעם שיפֿל „טשיקאַ לאָקאַ‟ — אַ „שׂימחה־שיפֿל” [party boat], וואָס ברענגט פּאַסאַזשירן צווישן סאַיוליטאַ און די אַרומיקע אינדזלען. דער אייגנטימער פֿונעם שיפֿל איז אַ ישׂראל־געבוירענער, גיל דרורי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.