(די 2 טע זײַט פֿון 2)
גיל איז געבוירן געוואָרן אין ראשון־לציון. צו 14 יאָר, האָט זײַן טאַטע באַשלאָסן אַז די משפּחה זאָל עמיגרירן קיין לאָס־אַנדזשעלעס. דאָרט האָבן זיי געלעבט צווישן דער ריזיקער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג. ווען גילס דעמאָלירונג־געשעפֿט איז צוליבן עקאָנאָמישן קריזיס געגאַנגען באַרג־אַראָפּ, האָט ער זיך אײַנגעפּעקלט און אַריבער קיין מעקסיקע. שוין 10 יאָר וואָס ער וווינט דאָ, און אַנטוויקלט בהדרגה אַ שיפֿל־טור געשעפֿט, Chicalocca Tours.
ער האָט איין זון אין ישׂראל, וואָס וווינט אין אַ קיבוץ, און אַ טאָכטער אין מעקסיקע, וואָס ער און איר מאַמע, אַ מעקסיקאַנערין, האָבן ביידע אויפֿזיכט איבער איר. אויף זײַנע אָרעמס זעט מען צוויי בולטע און רעפּרעזענטאַטיווע טאַטויִרונגען: אויף איינעם — אַ מגן־דוד מיט מאַריכואַנע־בלעטלעך; אויפֿן צווייטן — די נעמען פֿון זײַנע קינדער, עוז און סאָפֿיאַ, און אין צווישן — אַ מגן־דוד מיט אַ קרייץ. דער קרייץ, וואָס איז נישט אַזוי מוצא־חן זײַן ייִדישער חבֿרטע אין לאָס־אַנדזשעלעס — זאָגט ער — סימבאָליזירט זײַן טאָכטערס „געמישטן אָפּשטאַם‟.
קיין סאַליוטאַ קומען אינדלערס פֿון איבער דער וועלט. איינע פֿון די אָנערקענטע אינדנלערײַ־אינסטרוקטאָרן, ריסאַ מאַראַ מאַטשוטשאַ שלאַנגער, איז אַ ייִדישע, וואָס איז אויסגעוואַקסן אין די קאַטסקילס־בערג אין ניו־יאָרק און האָט אויך משפּחה אין ישׂראל. איר מאַמע, אַ היפּי פֿון אַ ייִדישער משפּחה אין ניו־יאָרק, איז אַרומגעפֿאָרן איבער מעקסיקע אין די 1970ער יאָרן, וווּ זי האָט זיך באַקענט מיט ריסאַס טאַטן, אַן אָרטיקער מעקסיקאַנער פֿישער. ווען ריסאַ איז געווען 2 יאָר אַלט, איז זי מיט דער מאַמען אַריבער קיין ניו־יאָרק. אויף אירע באַזוכן אין מעקסיקע יונגערהייט, איז זי געוואָרן „אַ ים־קינד‟. ווי אַ דערוואַקסענע האָט ריסאַ זיך אַריבערגעקליבן קיין לאָס־אַנדזשעלעס, כּדי אָנטייל צו נעמען אין דער פֿילם־אינדוסטריע. זי האָט מצליח געווען; אירע קורצע פֿילמען, וועלכע זי האָט רעזשיסירט, פּראָדוצירט, געשפּילט און אָנגעשריבן דעם סצענאַר דערצו, זענען שוין געוויזן געוואָרן אויף מער ווי 150 קינאָ־פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט.
צום באַדויערן, האָט איר טאַטנס שווערע קראַנקייט זי געצוווּנגען אַלץ צו פֿאַרלאָזן, און צו קומען וווינען מיט אים. אַ פּאָר חדשים שפּעטער איז ער געשטאָרבן, און איר געלט איז אין גאַנצן אויסגערונען. האָט זי צעוואָרפֿן זײַן אַש אינעם אָקעאַן, און באַשלאָסן צו בלײַבן נאָענט צו אים, אינדלענדיק זיך אין סאַיוליטאַ. די זון און די כוואַליעס האָבן איר געהאָלפֿן איבערקומען די מרה־שחורה נאָכן טאַטנס טויט. זינט דעמאָלט האָט זי אָנגעהויבן אַ פֿירמע וואָס באַדינט די אינדלערס וואָס קומען קיין סאַיוליטאַ — Surf It Out [אינדלט זיך אויס!] און זי העלפֿט אויך אָרגאַניזירן אַ יערלעכן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין סאַיוליטאַ. לעצטנס, האָט איר מאַמע פּענסיאָנירט און זיך אויך באַזעצט אין מעקסיקע.
ריסאַ רעדט צוויי שפּראַכן און געהערט צו צוויי פֿעלקער, אָבער פֿילט זיך פֿאָרט נעענטער צו אירע ייִדישע וואָרצלען. זי האָפֿט אַז נאָכן לייענען דעם אַרטיקל, וועלן אירע קרובֿים פֿון ניו־יאָרק, סוף־כּל־סוף, אויך קומען צו פֿאָרן. איך און זי זענען אײַנשטימיק אַז קיין חרטה וועלן זיי נישט האָבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.