מײַן מאַמע פֿלעגט האָבן אַ ווערטל, „דער פֿויגל איז אַ פֿאַרקויפֿטע נשמה.‟
„וואָס‟? איז אַ פֿאַרקויפֿטע נשמה, מאַמע פֿלעג איך פֿרעגן.
פֿלעגט זי ענטפֿערן: „אַ פֿאַרקויפֿטע נשמה איז אַ מענטש אַן אונטערלעקער, אַ חנפֿעניאַק, אַ היפּאָקריט, ווײַל מ’חנפֿעט נישט דעם נגיד נאָר זײַן געלט.‟
דאָס הייסט, ס׳האָט צו טאָן אָדער מיט מזומן, אָדער מיט פּאָזיציע אָדער מיט אַ „דזשאַב‟.
און נאָך אַ פֿאַרקויפֿטע נשמה וואָס האָט אַרומגעראַמסלט ((אַרומגעהאָפּסט יאָרן נאָכאַנאַנד אין דער יו־ען, נעמלעך באַן־קי־מון, דער געוועזענער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער פּרעסטיזשפֿולסטער אָרגאַניזאַציע פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס, וואָס האָט געוואַרעמט דאָס בענקל בעת די וועלט איז אָפּגעגאַנגען אין בלוט, אין איראַק, סיריע, מ׳וואָלט געקענט פֿאַרקויפֿן די פֿעסער בלוט, ווי עס פֿאַרקויפֿן זיך די פֿעסער מיט בענזין, וואָלטן פֿעלקער אַרומגעגאַנגען אין גאָלד.
וואָס האָט די יו־ען געטאָן? אַנשטאָט איראַק און סיריע האָט מען פֿאַרדאַמט ישׂראל… זײַנען מיר שוין פֿון לאַנג געוווינט צו זייער „יושר‟, מ׳שטײַנס געזאָגט, פֿון דער בלאָף־שטראָף אָרגאַניזאַציע. דאָס איינציקע קול פֿון פּראָטעסטן איז געקומען דווקא נישט פֿון קיין ייִד נאָר פֿון רעפּובליקאַנער סענאַטאָר לינדזי גרעהעם פֿון דרום־קאַראָלײַנע, וועלכער האָט באַשולדיקט די גענעראַלנע אַסעמבלי און בתוכם דעם אויבערדעקל קאָמיסאַר פֿון דער יו־ען אין:
אַנטיסעמיטיזם!!!
פֿון ווען אָן איז דאָס וואָרט געוואָרן פּסול? ייִדן האָבן מורא צו קוקן דעם טײַוול גלײַך אין פּנים און אים באַזידלען מיטן יום־טובֿדיקן נאָמען „אַנטיסימיט‟!
מיר האָבן אַמאָל געוווינט אין דער בראָנקס, אויף סעדזשוויק עוועניו אין אַ פּריוואַט הויז מיט אַ גאַראַזש. איבערן גאַראַזש פֿלעג איך אַ יעדן סוכּות אויפֿשטעלן אַ סוכּה, די קינדער האָבן דאָס דעקאָרירט מיט סכך און קאָלירפֿולע בלעטלעך. מיר זײַנען געזעסן אין דער סוכּה, געזונגען יום־טובֿ לידער, געגעסן און זיך משׂמח געווען. בײַם סוף פֿון סוכּות האָט זיך באַוויזן אונדזער קריסטלעכע שכנטע, אונדזערע צוויי הײַזער האָבן בשותּפֿות געטיילט איין וואַנט. איך האָב געשטעלט די סוכּה, און זיי — אַ ניטל־בוים איבער זייער גאַראַזש. קומט זי צו גיין, די שכנטע מײַנע און מאַכט:
„דײַן סטראַשידלע אויפֿן דאַך פֿון גאַראַזש פֿאַרמיאוסט די גאַנצגע געגנט!!!.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.