פֿאַר װאָס מיר פּראַװען „ענגליש־טאָג‟

Why We Celebrate English-Speaking Day

Yehuda Blum

פֿון חנה מייזער

Published February 02, 2017, issue of February 23, 2017.

װען איך האָב חתונה געהאַט האָב איך באַשלאָסן צו רעדן ייִדיש מיט די קינדער, און נישט נאָר ייִדיש, נאָר טאַקע ייִדיש מיט אַ „הײַמישן לשון,“ דאָס הײסט — דעם מאַנס חסידיש ייִדיש. 

ס׳איז אַלץ געגאַנגען זייער גלאַטיק, װײַל איך האָב דורכן חתונה האָבן געירשנט דרײַ שטיפֿקינדער. װען איך האָב שפּעטער געבױרן מײַנע אײגענע קינדער איז ייִדיש שױן פֿון לאַנג געװען די שפּראַך פֿון שטוב.

בײַ ס׳רובֿ חסידישע משפּחות אין אַמעריקע (אַחוץ בײַ חב״ד) איז אַזאַ באַשלוס נישט קײַן שאלה. אין דעם צענזוס פֿון יאָר 2000, למשל, האָבן 90 פּראָצענט פֿון די משפּחות אין קירת־יואל געזאָגט אַז זײ רעדן ייִדיש אין דער הײם. איך בין אָבער אַ בעלת־תּשובֿה און מײַן מאַמע־לשון איז ענגליש. איך קען נישט ייִדיש פֿון דער הײם, נאָר פֿון קאָלדעדש און גראַדויִר־שול, װוּ איך האָב שטודירט ייִדיש־לימודים. ערבֿ מײַן חתונה איז מײַן ייִדיש געװען בלויז אַן אַקאַדעמישע און נאָך נישט פֿליסיק.  

מײַנע שטיפֿקינדער זײַנען געװען ממש צדיקימלעך און האָבן קײן מאָל נישט חוזק געמאַכט פֿון מײַן ייִדיש. טאַקע דורכן רעדן מיט זײ האָט זיך מײַן ייִדיש „אױסגעהײַמישט‟ און געװאָרן גאַנץ פֿליסיק ביז מענטשן האָבן מער נישט געקענט כאַפּן אַז איך רעד נישט ייִדיש פֿון דער הײם. נישט אַז איך האָב קײן מאָל נישט גערעדט קײן ענגליש; פֿאַרקערט, מײַן מאַנס ענגליש האָט זיך זינט דער חתונה אָן אַ שיִער פֿאַרבעסערט! אָבער ייִדיש איז געװען די אָפֿיציעלע שפּראַך פֿון שטוב און מיט דער צײַט האָבן די שטיפֿקינדער אַפֿילו אױפֿגעהערט צו ניצן באַזונדערע ענגלישע װערטער װאָס זענען פֿאַרשפּרײט צװישן חסידים, װײַל איך מיט מײַן מאַן זײַנען געװען מקפּיד צו רעדן אַ רײַנעם ייִדיש.

ביז איך האָב געשיקט מײַן ערשט קינד אין חדר אַרײַן…

פּלוצלינג האָב איך באַרמערקט אַז עס שמוגלען זיך בײַ אים אַרײַן כּלערלײ ענגלישע װערטער. האָב איך זיך געשטאַרקט און אים כּסדר אױסגעבעסערט ביז די קינדער האָבן זיך אױסגעלערנט אַז אין דער הײם רעדט מען ייִדיש — און נאָר ייִדיש.

פֿון צײַט צו צײַט האָב איך אַפֿילו באַמערקט װי די קינדער רעדן אַנדערש מיט מיר װי מיט אַנדערע קינדער. איין מאָל, למשל, האָט איינס פֿון מײַנע קינדער זיך געשפּילט מיט אַ חבֿר בײַ אונדז אין שטוב. מיט אַ מאָל רופֿט ער אויס צו מיר: „מאַמי, איך װיל מאַראַנצן־זאַפֿט!‟ תּיכּף ווענדט ער זיך צו זײַן חבֿר, פֿרעגנדיק: „װילסט אױך אָראַנדזש דזשוס?“

איך געדענק עד־היום װי עס האָט גענאָגט בײַ מיר אין האַרצן װען איך האָב געברענגט מײַן ייִנגסט קינד אין אַ חסידישן „פּלײגרופּ“, און די „טיטשער“ האָט אים געזאָגט: „טו אױס דײַן קאָוט.“

„טו אױס דײַן מאַנטל, שעפֿעלע,“ האָב איך געזאָגט אַ ביסל צו הױך און געגעבן צו פֿאַרשטײן דער לערערין: „מיר ניצן די עכטע װערטער אין דער הײם. עס קען זײַן אַז ער װעט נישט פֿאַרשטײן אױב דו זאָגסט ׳קאָוט׳.“

שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר װאָס האָב איך זיך אַזױ אײַנגעעקשנט, אַז די קינדער זאָלן רעדן אַ „רײַנעם‟ ייִדיש? אױב איך האָב געװאָלט אַז זײ זאָלן רעדן אַ הײַמיש לשון איז דאָס הײַנטיקע טעג אַ לשון װאָס מישט אַרײַן כּפֿל־כּפֿלים ענגלישע װערטער. אפֿשר איז דאָס געווען די השפּעה פֿון די ייִדישיסטן צװישן װעלכע איך האָב זיך געדרײט אין גראַדויִר־שול? אפֿשר איז איבערגעבליבן אין מיר אַ קערנדל פֿאַרדראָס אױף די מענטשן װאָס װילן פֿאַרװאַנדלען אונדזער שײנע שפּראַך — די שפּראַך װאָס ייִדישע כּלל־טוערס האָבן געהאָרעוועט, מע זאָל װיסן אַז עס איז אַן אמתע שפּראַך מיט אַ הױכער ליטעראַטור — אין סתּם אַ זשאַרגאָן? ס׳איז מעגלעך. כאָטש איך בין נישט קײן לינגװיסט האַלט איך פֿאָרט פֿון דער נאָרמאַטיווער שיטה, װאָס האַלט פֿאַר הײליק אַז עס מוזן זײַן געוויסע סטאַנדאַרטן פֿון אַ שפּראַך. אפֿשר האָב איך פּשוט געפֿילט אַז די שפּראַך בײַט זיך צו שנעל ווײַל חסידישע מאַמעס רעדן אָפֿט מאָל פֿליסיקער ענגליש װי ייִדיש. מסתּמא איז דער תּירוץ געװען עפּעס אַ געמיש פֿון די אַלע סיבות צאַמגעמישט מיט אַן אידעאַליסטישער טענדענץ.