(די 2 טע זײַט פֿון 5)
עס זענען פֿאַראַן עטלעכע באַריכטן פֿונעם וואָיסלאַוויצער בלוט־בילבול. דער פֿון וואַנען איך ציטיר קומט פֿונעם וואָיסלאַוויצער יזכּור־בוך, אַ קאָמפּענדיום פֿון געשיכטעס צונויפֿגעשטעלט — אויף ייִדיש און העברעיִש — אין תּל־אָבֿיבֿ (1970), דורך די אַמאָליקע ייִדישע אײַנוווינער פֿונעם שטעטל. די געשיכטע פֿונעם בילבול פֿון יאָר 1760 איז פֿאַרשריבן געוואָרן פֿון אַ וואָיסלאַוויצער תּושבֿ, משה שטראַסבערגער.
וואָיסלאַוויץ האָט באַלאַנגט צו דער גראַפֿיניע פּאַטאָצקאַ, אַ פֿאַרברענטע קאַטוילישע אָנהענגערין פֿון די פֿראַנקיסטן. די גראַפֿיניע האָט זיך געחבֿרט מיט פֿראַנקס ווײַב, חנה, און האָט זי און אירע קינדער באַזעצט אויפֿן פּאַטאָצקער גוט. איין מאָל האָט חנה, אין איינעם מיט איר „פּאַטראָנקע‟, געפֿאָדערט בײַ דער וואָיסלאַוויצער קהילה צוויי טויזנט גילדן פֿאַר די פֿראַנקיסטן, סטראַשענדיק, אַז אויב די קהילה־פֿירער וועלן נישט איבערגעבן דאָס געלט וועט מען זיי מסרן צו דער פּוילישער מאַכט. די ייִדישע קהילה האָט אָבער געשוויגן.
דאָס שווײַגן האָט די פֿראַנקיסטן שוין געמאַכט גוט אין כּעס. זיי האָבן אַליין געכאַפּט אַ קריסטלעך קינד, און געפֿאָדערט: „באַצאָלט! אַנישט וועט מען דאָס קינד הרגענען!‟ די קהילה האָט זיך געהאַלטן פֿעסט, און די פֿראַנקיסטן האָבן טאַקע אומגעבראַכט דאָס קינד און אים געוואָרפֿן אונטער דער שטוב פֿון אַ וואָיסלאַוויצער ייִד.
לויט די אָפֿיציעלע דאָקומענטן, האָט אַ הונט, בײַם נישטערן אין מיסט, געפֿונען דעם קליינעם קערפּער. די אינסטאַנצן האָבן געבראַכט דעם מת קיין קראַסנאָסטאַוו, די קרײַזשטאָט.
ד״ר פּאַוועל מאַסיעקאָ, אַ היסטאָריקער בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, דערציילט אין זײַן בוך The Mixed Multitude: Jacob Frank and the Frankist Movement 1755-1816 וועגן אַ מאַנוסקריפּט אינעם וואַטיקאַן וואָס באַשטעטיקט יאַקאָב פֿראַנקס „דירעקטע העצע‟ אינעם וואָיסלאַוויצער בלוט־בילבול: „לויט אַ בריוו אָנגעשריבן פֿון ליפּמאַן פֿון דאַנזיג צו הרבֿ יעקבֿ עמדען (אַ תּלמיד–חכם און קעגנער פֿון די פֿראַנקיסטן), האָט אַ פֿרוי, אַן אָנהענגערין פֿון דער סעקטע, זיך פֿאַרשטעלט ווי די רביצין פֿונעם וואָיסלאַוויצער רבֿ, געגאַנגען צו די גלחים, און געמסרט איר ׳מאַן׳ אין האָבן דערהרגעט עטלעכע מענטשן.‟
די פּוילישע באַאַמטע האָבן אַרעסטירט דעם רבֿ, ר׳ הירש יוזעפֿאָוויטש, און עטלעכע קהל־פֿירער. מע האָט צעטיילט די ייִדן איינער פֿונעם צווייטן און זיי אַרײַנגעזעצט אין באַזונדערע תּפֿיסה־קאַמערן. קיינער האָט נישט געטאָרט קומען זיי זען אַחוץ די יעזויִטישע גלחים, וואָס האָבן, ווי געוויינטלעך, געזוכט מיטלען זיי אָפּצושמדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.