(די 4 טע זײַט פֿון 5)
איך קען זיך נישט פֿאָרשטעלן אַן ערגערער דוגמא פֿון ייִדישער קינאה־שׂינאה. אָבער ווי מיט אַנדערע סאָציאַלע און רעליגיעזע בלוט־נקמהס, האָט מען פֿראַנקיזם נישט סתּם אויסגעזויגן פֿון פֿינגער.
די שפּאַנונגען צווישן די רבנים און געוויסע טיילן עמך האָט זיך דורות לאַנג געקאָכט. איינע פֿון די ערשטע מעשׂיות וועגן ייִדישער וואָיסלאַוויץ, רעקאָרדירט אין „גירוש ליטע” (The Lithuanian Expulsion, 1495-1593) האָט צו טון מיט איין משה בן־חיים. (אָט דער טייל פֿון דער וואָיסלאַוויץ־געשיכטע קומט פֿין שמעון קאַץ, אַ מיטאַרבעטער אויפֿן וואָיסלאַוויצער יזכּור־בוך.) ווי אַ סך אַנדערע ליטווישע ייִדן אין גירוש־ליטע האָבן משה בן־חיים און זײַן ווײַב געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זייער שטעטל נעבן ווילנע און זוכן אַזיל בײַ דער פּוילישער אַריסטאָקראַטיע. אַכצן חדשים לאַנג האָבן מאַן־און־ווײַב געוווינט אויף אַ גוט וואָס האָט געהערט צו פּרינץ ראָדינעק.
אין 1503 איז משה בן־חיים אַרויסגעפֿאָרן אַליין און אָנגעקומען מיט אַ יאָר שפּעטער אין וואָיסלאַוויץ. ער האָט זיך אויפֿגעפֿירט ווי אַ בחור וועמענס עלטערן זענען געשטאָרבן נאָכן גירוש. צוליב דעם וואָס ער האָט גערעדט פֿאַרשידענע שפּראַכן, און האָט זיך אויסגעצייכנט מיט פֿינאַנציעלע ענינים האָט זײַן נאָמען דערגרייכט צום הויף פֿון פֿירשט זאַמויסקי. משה בן־חיים האָט באַקומען אַ פּלאַץ אויפֿן זאַמויסקי גוט און געדינט ווי זאַמויסקיס פֿינאַנציעלן בעל־יועץ. ער האָט אויך חתונה געהאַט מיט דער טאָכטער פֿון הרבֿ שלמה קלונימוס, דער דעמאָלטדיקער רבֿ פֿון וואָיסלאַוויץ.
אין 1503 האָבן די געשעפֿטן אין ליטע אָנגעהויבן גיין באַרג אַראָפּ, האָט פּרינץ אַלעקסאַנדער פֿאַרבעטן די ייִדן צוריקצוקומען. די וואָיסלאַוויצער ייִדן האָבן משה בן־חיים נישט געפֿרעגט פֿאַרוואָס ער האָט נישט געוואָלט אַהיימפֿאָרן. פֿאַרשטייט זיך, האָבן ס׳רובֿ ייִדן ליבער געוואָלט בלײַבן בײַ זייערע פּוילישע אייבערהאַרן.
די יאָרן זענען פֿאַרבײַ. מ׳האָט געהערט פּליאָטקעס אין בעלץ אַז משה בן־חיים האָט פֿאַרלאָזט אַ ווײַב אין ליטע.
רבנישע שריפֿטן ווײַזן אַז משה בן־חיימס׳ שׂונאים האָבן זיך פֿאַראינטערעסירט אין זײַן פֿאַרגאַנגענהייט. בקיצור, דער בית־דין אין לובלין האָט אָנגעהויבן אויספֿאָרשן דעם ענין. לויט דעם פּוילישן געזעץ האָט אַ שולד־ווערדיקט בײַם בית־דין געקענט דערפֿירן צו טויטשטראָף, ווי אויך די קאָנפֿיסקאַציע פֿונעם פֿאַרמעג פֿונעם פֿאַרמישפּטן. צוליב דעם וואָס די קאָנסעקווענצן פֿון אַ שולד־פּסק וואָלטן געקענט זײַן אַזוי ביטער, האָבן די רבנים נישט געוואָלט אַרויסטראָגן אַ נעגאַטיוון פּסק. מסתּמא האָבן אויך די פּוילישע אַדללײַט זיך אַרײַנגעמישט אין משה בן־חיימס גורל — און ער איז באַפֿרײַט געוואָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.