(די 3 טע זײַט פֿון 5)
די מאַכט האָט אויך געפּרוּווט אַרעסטירן דעם צאָל־פֿאַכטער (אינקאַסענט) — אַ פֿיגור וואָס די פּוילישע מאַסן האָבן זיכער פֿײַנט געהאַט. מע האָט אים אָבער נישט געפֿונען.
אינעם וואָיסלאַוויצער יזכּור־בוך שרײַבט משה שטראַסבערגער: „דער פּראָצעס האָט זיך אָנגעהויבן אין קראַסנאָסטאַוו. אין נאָמען פֿון די וואַיסלאָוויצער פּויערים איז אַרויסגעטראָטן דער אַגענט דאַמבסקי. אין נאָמען פֿון די ייִדן — יצחק בן־נתן פֿון זאַמאָשטש. די ריכטער מיט די עדות זענען אַוועק אויפֿן אָרט, וווּ עס האָט געזאָלט פֿאָרקומען דאָס געשעעניש און דאָרט האָט מען באַשוווירן: משה אַבושאָק און שמואל וואַלפֿאָוויטש פֿון וואַיסלאָוויץ. פֿון די עדות איז נישט געפֿאָדערט געוואָרן קיין שום באַווײַז, אַז זיי זאָגן אמת וועגן דעם בילבול. דער ריכטער האָט אַליין פֿעסטגעשטעלט די שולד פֿון די ייִדן.‟
דאָס געריכט האָט פֿאָרמעל באַשולדיקט דעם קהל אין וואַיסלאָוויץ אין פֿאַרכאַפּן אַ נישט־ייִדיש קינד, מיקאָלײַ אַנדזשעיוק, וואָס „דרייט זיך אַרום אין דאָרף אָן אַן אויפֿזיכט‟, און אַז זיי „האָבן געשאָכטן דאָס קינד לויט די פֿאָרשריפֿטן פֿון תּלמוד. דער מוהל האָט אויסגעזויגן דאָס בלוט… און דאָס בלוט איז פֿונאַנדערגעשיקט געוואָרן צו די קהילות: בראָד, כעלם, ראַיאָוויץ און קראַסנאָטשין.‟
דער ווערדיקט: שולדיק.
„נאָכן צונויפֿשטעלן דעם באַשולדיקונגס־אַקט האָט מען געדאַרפֿט צווינגען די באַשולדיקטע, אַז זיי זאָלן זיך מודה זײַן אין די פֿאַרברעכנס,‟ שרײַבט שטראַסבערגער. „בעת די פּײַניקונגען האָט מען אויסגעדרייט די אבֿרים און אַרײַנגעגאָסן ברענענדיקן ספּירט אין די וווּנדן, וואָס האָבן געברענט ווי אַ פֿײַער. דעם טויטן רבֿ פֿון וואָיסלאַוויץ האָט דער תּלין צוגעבונדן צום וויינדל פֿון אַ פֿערד און געשלעפּט דעם קערפּער איבער די גאַסן. דערנאָך האָט מען צעשניטן זײַן קערפּער, פֿאַרברענט די שטיקער און אַרויסגעשאָסן דעם אַש פֿון אַ האַרמאַט.‟
ווען הרבֿ יוזעפֿאָוויטשס׳ אמתדיקע ווײַב האָט פּראָטעסטירט קעגן דער פֿאַלשער באַשולדיקונג פֿון איר מאַן, האָבן די פֿראַנקיסטן זי פֿאַרגעוואַלדיקט. מאַסיעקאָ שרײַבט אַז נאָך דעם איז פֿאָרגעקומען אַ שרעקלעכער פּאָגראָם. דער בלוט־בילבול פֿון וואָיסלאַוויץ האָט אַרויסגערופֿן אַזאַ באַגײַסטערונג בײַ די אָרטיקע פּויערים, אַז מיט אַ יאָר שפּעטער האָט מען דורכגעפֿירט נאָך אַ פּאָגראָם אין זשיטאָמיר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.