כ׳האָב זיך לעצטנס דערוווּסט, אַז די ייִדן פֿון נאַכאַן, דאָס פּוילישע שטעטל וווּ מײַן טאַטע איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן, פֿלעגן זאָגן וועגן די ייִדן פֿון שכנותדיקן וואָיסלאַוויץ, אַז זיי זענען געווען „משומדים‟. קען מען אויסטראַכטן אַן ערגערן עטיקעט פֿאַר אַ ייִדן?
סלאַוועק נאָװאָדװאָרסקי, דער איבערזעצער און גענעאָלאָג וואָס איך מיט מײַן זון האָבן באַשטעלט אין אויגוסט 2016 צו פֿירן אונדז קײן נאַכאַן, האָט פֿאַרלאַנגט פֿון אונדז אַז מיר זאָלן צום ערשט באַזוכן די שיל אין וואָיסלאַוויץ. דער בנין, ווײַסלעך מיט פֿינף קוימענלעך, האָט איבערגעלעבט די מלחמה ווײַל די דײַטשן האָבן עס געניצט ווי אַ סקלאַד אָדער שטאַל.
וואַרטנדיק אויפֿן ביבליאָטעקער און מוזיי־קוראַטאָר וואָס האָט געדאַרפֿט אויפֿמאַכן די שילטיר האָט סלאַוועק איבערגעגעבן אַן איבערראַשנדיקע ידיעה. „וואָיסלאַוויץ איז געווען אַ פֿראַנקיסטישע שטאָט,‟ האָט ער געזאָגט.
די פֿראַנקיסטן זענען געווען די אָנהענגער פֿונעם אַפּאַקאַליפּטיקער יאַקאָב פֿראַנק (1726–1791) וואָס האָט געפּריידיקט אַז די ייִדן זאָלן זינדיקן, און אַזויערנאָך צויאָגן דעם משיחן. אויסצופֿירן דעם ציל מוזן די מענער, קודם־כּל, אויסבײַטן די ווײַבער מיט אַנדערע מענער און אַדורכפֿירן אינצעסט מיט זייערע אייגענע טעכטער.
די פֿראַנקיסטן האָבן אויך געהאַלטן אַז דער תּלמוד, וואָס האָט „אויפֿגעוויזן‟ די גאָטהייט פֿון יאָשקען, זאָגט אַז ייִדן נוצן קריסלעכן בלוט. און נאָך מער: פֿראַנק האָט אונטערגעשטיצט דאָס אָפּשמדן זיך צו איסלאַם, אַזוי ווי ער האָט אַליין געטון אויף אַ קורצער צײַט בעת אַ וויזיט אין טערקײַ.
איך בין געבליבן געפּלעפֿט. ווי אַזוי האָבן אַזוינע זאַכן געקאָנט געשען אַזוי נאָענט צום טאַטנס „קאַסרילעווקע‟? סײַ־ווי־סײַ, זענען נישט די אַלע מעשׂיות וועגן יענע צוויי מיסיאָנערישע פֿיגורן — שבתי־צבֿי אינעם 17סטן יאָרהונדערט, און יאַקאָב פֿראַנק אין דעם 18סטן — שוין פֿאַרגעסן געוואָרן?
ביז הײַנט איז אין וואָיסלאַוויץ — אַ לובלינער פּראָווינץ–שטאָט אָן קיין שום ייִדן — נאָך פֿאַרבליבן אַ דערמאָנונג פֿון דער קאָנטראָווערסאַלער פֿראַנקיסטישער געשיכטע: בײַ פֿיר אַרײַנגאַנגען אין דער שטאָט שטייען פֿיר מיסטעריעזע קאַפּעלן. דאָס האָט די גראַפֿיניע פּאַטאָצקאַ געהייסן בויען אין 1761, כּדי צו פֿאַרטרײַבן די קללה פֿון הענריק יוסעפֿאָוויטש, אַ וואָיסלאַוויצער רבֿ וואָס מע האָט פֿאַרמישפּט צום טויט נאָך דעם וואָס די פּאָליאַקן האָבן אים באַשולדיקט אין אַ בלוט־בילבול.
בײַם אָנהייב פֿון דער רענעסאַנס־תּקופֿה איז זעלטן פֿאַרבײַ אַ יאָר אין פּוילן ווען מע האָט נישט פֿאַרמישפּט אַ ייִד אָדער אַ גאַנץ שטעטל אין עלילת־דם. די באַשולדיקונגען פֿלעגן אַרויסקומען פֿון קאַטוילישע טריבונאַלן וואָס מע האָט אויפֿגעשטעלט אויף די יאַרידן, וווּ די ייִדן האָבן געדאַרפֿט באַצאָלן אַ שטייַער כּדי צו פֿאַרקויפֿן זייער סחורה.
אינעם פֿאַל פֿונעם וואָיסלאַוויצער, יוסעפֿאָוויטש, האָט דער בלוט־בילבול זיך אָנגעהויבן דווקא פֿון די פֿראַנקיסטישע ייִדן, בעת זייער ביטערן מחלוקת מיט די רבנים פֿונעם שטעטל. נאָך מער אויסטערליש: די פֿראַנקיסטן און די רבנים האָבן ביידע געבעטן בײַ דער קאַטוילישער קירך אין פּוילן צו זײַן אַ פֿאַרמיטלער צווישן זיי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.