(די 2 טע זײַט פֿון 3)
אַזוי צי אַזוי, גייט די 70־יאָריקע עוואָלוציע פֿון קאָמפּיוטער־שפּילערײַען ווײַטער אָן. למשל, אַ גרופּע פֿאָרשער פֿונעם וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין דעצעמבער 2016 אַן אַרטיקל וועגן גאָר אַן אַנדער פֿאָרשונג, וואָס האָט צו טאָן מיט קאָמפּיוטער־שפּילערײַ, שאַפֿנדיק אַ מכשיר, וואָס ווערט קאָנטראָלירט דורך די מענטשלעכע מוח־כוואַליעס און שיקט דעם סיגנאַל צוריק אינעם מוח מיט מאַגנעטן. אַנשטאָט צו זען אַ פּשוטן לאַבירינט אויפֿן געוויינטלעכן עקראַן, האָבן די שפּילער, טראָגנדיק אַ ספּעציעלן העלם מיט דראָטן און מאַנגעטן אויפֿן קאָפּ, אַנטוויקלט אַן אינערלעך געפֿיל פֿון באַוועגונג אין אַ מין ווירטועלער וועלט. דער חידושדיקער עקספּערימענט האָט געוויזן, אַז דורך דער מאַגנעט־סטימולאַציע קאָן מען צוגעבן דעם מענטש אַ קינסטלעכן „זעקסטן חוש‟ פֿון אָריענטאַציע אין אַ ריין־ווירטועלער וועלט פֿון מוח־סיגנאַלן.
הגם אַזעלכע טעכנאָלאָגיעס קלינגען כּמעט פֿאַנטאַסטיש, העלפֿן זיי צו שאַפֿן גאַנץ פּראַקטישע משכירים, וואָס קאָנען העלפֿן אַ בלינדן פּאַראַליזירטן מענטש צו אָריענטירן זיך און צו קאָמוניקירן מיט דער אַרומיקער וועלט. די מאַגנעט־סטימולאַציע ווערט ברייט באַנוצט אין פּסיכיאַטריע; עס קאָן זײַן, אַז די ווײַטערדיקע עקספּערימענטן וועלן אויך העלפֿן אויסצוהיילן פֿאַרשיידענע פּסיכישע קראַנקייטן אָדער שעדלעכע עפֿעקטן פֿון אַ מוח־קלאַפּ.
אַ סך חידושים אין דער געשיכטע פֿון קאָמפּיוטער־שפּילערײַען זענען געווען פֿאַרבונדן מיט גאָר ערנסטע פֿאָרשונגען. דער וועלט־באַרימטער בריטישער מאַטעמאַטיקער אַלאַן טורינג האָט פֿאַרלייגט די יסודות פֿון דער מאָדערנער קאָמפּיוטערײַ און געהאָלפֿן אײַנצוברעכן די נאַצי־שיפֿערס בעת דער מלחמה. אַ דאַנק טורינגס דערפֿאָלג מיטן אײַנברעכן דעם מיליטערישן נאַצי־שיפֿער זענען מיליאָנען מענטשן געראַטעוועט געוואָרן. די היסטאָריקער זענען אַפֿילו משער, אַז אָן זײַנע פֿאָרשונגען וואָלט די מלחמה געדויערט אַ פּאָר יאָר לענגער. אָבער זײַענדיק אַ האָמאָסעקסואַל, האָט דער באַרימטער וויסנשאַפֿטלער געפֿערלעך געליטן. די בריטישע מאַכט האָט אים גערודפֿט פֿאַר „אוממאָראַלישע מעשׂים‟ און אים סטעריליזירט מיט כעמישע מיטלען; אין 1954 האָט טורינג זיך גענומען דאָס לעבן. ערשט אין 2009 איז דער פּרעמיער־מיניסטער גאָרדאָן בראַון אָפֿיציעל אויפֿגעטראָטן, בעטנדיק מחילה פֿאַר דער שרעקלעכער עוולה.
במשך פֿון זײַן קורץ לעבן, האָט טורינג אויך פֿאַרלייגט די טעאָרעטישע יסודות פֿון קאָמפּיוטער־שפּילערײַ. בשותּפֿות מיטן לאָנדאָנער עקאָנאָמיסט דייוויד טשאַמפּערנאָון האָט ער אינעם יאָר 1948 צוגעטראַכט אַ שאָך־פּראָגראַם. די פּראָגראַם איז אָבער געווען צו גרויס און קאָמפּליצירט פֿאַר די ערשטע קאָמפּיוטערס פֿון יענער תּקופֿה.
די פּערסאָנאַזשן פֿון פֿריִיִקע קאָמפּיוטער־שפּילן זענען געווען טשיקאַווע קאַריקאַטור־פֿיגורקעלעך. הײַנט זעען אויס די מענטשן, חיות און כּלערליי פֿאַנטאַסטישע באַשעפֿענישן גאַנץ לעבעדיק אויפֿן עקראַן, כּמעט ווי אין אַ האָליוווּד־פֿילם, צוליב דער אַנטוויקלונג פֿון רעאַליסטישע מאָדעלן און גיכע גראַפֿישע מכשירים. די אַנטוויקלונג פֿון אַזעלכע רעאַליסטישע קאָמפּיוטער־מאָדעלן האָט זיך אויך אָנגעהויבן מיט היפּשע 50 יאָר צוריק. דער ערשטער „לעבעדיקער‟ קאָמפּיוטער־פּערסאָנאַזש איז געווען אַ קעצעלע, לכתּחילה געשאַפֿן אין דער סאָוועטישער לאַבאָראַטאָריע בראָש מיט פּראָפֿ׳ אַלכּסנדר קראָנראָד אינעם יאָר 1968.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.