(די 3 טע זײַט פֿון 3)
אין דער פּראָגראַם זענען אויסגענוצט געוואָרן קאָמפּליצירטע מאַטעמאַטישע חשבונות און אינפֿרמאַציע־סטרוקטורן, וועלכע זענען געבליבן אומבאַקאַנט אין דער מערבֿדיקער קאָמפּיוטער־אינדוסטריע ביז די 1980ער. די גרויסע סאָוועטישע מאַשין האָט אויסגערעכנט און אָפּגעדרוקט יעדן קאַדער פֿונעם קעצעלעס באַוועגונג. אויפֿן סמך פֿון אויסגעדרוקטע זײַטלעך האָבן פּראָפֿעסיאָנעלע קינעמאַטאָגראַפֿן געשאַפֿן אַ קורצן אַנימאַציע־פֿילם. הגם דאָס סאָוועטישע „קעצעלע‟ איז געווען נישט אַ שפּיל־פּראָגראַם, נאָר אַ פֿריִיִקער קאָמפּיוטער־פֿילם, האָט די אַנימאַציע פֿאָרט אַ שפּילעוודיקן טעם און איז געווען אַ וויכטיקער שטאַפּל אין קאָמפּיוטער־גראַפֿיק.
קראָנראָדס לאַבאָראַטאָריע האָט זיך, בדרך־כּלל, פֿאַרנומען מיט מיליטערישע ענינים, וואָס האָבן ווייניק געהאַט צו טאָן מיט קינאָ און פֿאַרווײַלונג. דער עיקר, האָט מען דאָרטן געאַרבעט איבערן נוקלעאַרן וואָפֿן. כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין קאָמפּיוטערײַ, האָבן די וויסנשאַפֿטלער זיך אויך פֿאַרנומען מיט אַזעלכע ענינים, ווי די שאָך־פּראָגראַם „קאַיִסאַ‟, וועלכע האָט געוווּנען דעם אינטערנאַציאָנאַלן שאָך־פֿאַרמעסט צווישן קאָמפּיוטערס אין 1974.
אין לעאָניד ברעזשנעווס תּקופֿה פֿלעגט די סאָוועטישע רעגירונג אײַנזעצן די פּאָליטישע דיסידענטן אין פּסיכיאַטרישע שפּיטעלער, וווּ מע האָט זיי געצוווּנגען אײַנצונעמען צווייפֿלהאַפֿטיקע און צומאָל סכּנותדיקע „רפֿואות‟. קראָנראָד איז געווען צווישן 99 סאָוועטישע פּערזענלעכקייטן, וועלכע האָבן אונטערגעשריבן אַן אָפֿענעם בריוו קעגן אַזאַ מלוכישע רדיפֿות. צוליב דעם, האָט מען פֿאַרמאַכט זײַן לאַבאָראַטאָריע. די שאַפֿער פֿונעם „קעצעלע‟ האָט זיך אָבער אײַנגעגעבן צו פֿאַרענדיקן די אַרבעט איבערן קאָמפּיוטער־פֿילם אין אַ צאָל אַנדערע ערטער; דערפֿאַר שטייט בײַם אָנהייב פֿון קורצן פֿילם געשריבן, אַז מע האָט עס געמאַכט אינעם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט.
דער דײַטשישער אינזשעניר קאָנראַד צוזע האָט געשאַפֿן פּאַמעלעכע און קליינע, אָבער גאַנץ פּראַקטישע קאָמפּיוטערס נאָך אינעם פּעריאָד פֿון 1941 ביז 1945. צוליב דער קאָנטראָווערסאַלער פֿאַרבינדונג מיט די דײַטשישע מיליטערישע פֿירמעס בעת דער מלחמה, בלײַבן אָבער די דאָזיקע מכשירים ווייניקער באַקאַנט, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַמעריקאַנער, בריטישע אָדער סאָוועטישע מאָדעלן. אויף וויפֿל מע ווייסט, האָט צוזע נישט געשטיצט די נאַציס, אָבער מיטגעאַרבעט מיט זיי צוליב פּראַגמאַטישע קאָמערציעלע אינטערעסן. אינעם יאָר 1942 האָט ער שוין טעאָרעטיש באַשריבן אַ שאָך־פּראָגראַם.
צי זאָלן מיר מאַכן דעם אויספֿיר, אַז דער אורפֿאָטער פֿון קאָמפּיוטער־שפּילערײַ איז געווען אַ דײַטשישער אינזשעניר און אַ נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָר? לאַוו־דווקא. אויב טורינגס שאָך־פּראָגראַם איז געווען פּאַסיק, אין פּרינציפּ, פֿאַר פּלאַנירטע קאָמפּיוטערס פֿון זײַן צײַט, זענען צוזעס מאַשינעלעך געווען אינגאַנצן אומפּאַסיק פֿאַר אַזאַ קאָמפּליצירטער לאָגישער שפּיל, ווי שאָך.
נאָך אינעם יאָר 1838 האָט דער ענגלישער מאַטעמאַטיקער טשאַרלז בעבידזש צוגעטראַכט אַ פּלאַן פֿון אַן עכטן קאָמפּיוטער, געמאַכט בלויז פֿון ציין־רעדער און אַנדערע מעכאַנישע עלעמענטן. צוליב דעם ריזיקן פֿאַרנעם פֿונעם קאָמפּליצירטן מכשיר, האָט זיך אים נישט אײַנגעגעבן צו פֿאַרווירקלעכן דעם פּלאַן. אַדאַ לאַוולייס, די איינציקע לעגיטימע טאָכטער פֿונעם פּאָעט לאָרד בײַראָן, האָט אָנגעשריבן די ערשטע פּראָגראַמען פֿאַרן בעבידזשס טעאָרעטישער מאַשין. זײַענדיק אַ ראָמאַנטישע פֿרוי פֿון דער וויקטאָריאַנער תּקופֿה, האָט זי אינעם יאָר 1843 פֿאָרויסגעזאָגט, אַז די קאָמפּיוטערס וועלן אַמאָל שאַפֿן קונסט און מוזיק. עס באַקומט זיך, אַז מיט 100 יאָר איידער די ערשטע קאָמפּיוטערס זענען געשאַפֿן געוואָרן, איז דער געדאַנק זיי אויסצונוצן פֿאַר שפּילעוודיקע צוועקן שוין „געהאַנגען אין דער לופֿטן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.