די סיבות פֿאַר וואָס די קאַפּעליע „קלעזמאַטיקס” איז שוין יאָרן לאַנג די סאַמע פּאָפּולערסטע קאַפּעליע אויף דער וועלט הערט מען אויף זייער נײַעם קאָמפּאַקטל „אַפּיקורסים” — שאַפֿעריש, נאָוואַטאָריש און חוצפּהדיק.
די גרופּע באַטראַכט זיך ווי אַ קאָאַפּעראַטיוו, אָן אַ פֿירער, און די אומאָפּהענגיקייט שפּיגלט זיך אָפּ אין דער מוזיק.
צו די דערגרייכונגען פֿון דער גרופּע קען מען אויסרעכענען: די „גראַמי”־פּריז פֿאַר דער בעסטער „וועלט־מוזיק”־רעקאָרדירונג אין 2006 — די איינציקע קאַפּעליע צו פֿאַרדינען דעם פּריז; אַ שותּפֿות מיט דער זינגערין חווה אַלבערשטיין אויפֿן קאָמפּאַקטל „דער ברונעם” [The Well] וואָס איז גיך געוואָרן אַ קלאַסיש ווערק אין דער קלעזמער־אויפֿלעבונג; אויספֿאַרקויפֿטע קאָנצערטן אין לענדער איבער דער וועלט.
די נײַסטע רעקאָרדירונג — „אַפּיקורסים” — איז אַרויס פּונקט צו דער צײַט ווען די קלעזמאַטיקס פּראַווען דרײַסיק יאָר צוזאַמען מיט אַ וועלט גאַסטראָל־טורנע. דרײַסיק יאָר! אין דער מוזיקאַלישער וועלט קומט אַזאַ אַריחות־ימים זעלטן פֿאָר. אינעם פֿילם וועגן דער גרופּע, On Holy Ground, האָט מען געזען, אַז שלום־בית הערשט נישט די גאַנצע צײַט צווישן די מיטגלידער פֿון דער קאַפּעליע; אָבער אפֿשר צוליב דעם הערט מען פֿאַרשיידענע שאַפֿערישע השפּעות אין זייערע רעקאָרדירונגען.
במשך פֿון די דרײַסיק יאָר (באמת שוין איין און דרײַסיק, זינט 1986) האָבן די מוזיקער אין דער גרופּע צום טייל זיך געביטן. אויפֿן אָרט פֿון דער ערשטער פֿידלערין אַלישע סוויגלס שפּילט ליסאַ גוטקין; דער קלאַרנעטיסט מאַט דאַריאָ שפּילט שוין יאָרן לאַנג מיט זיי, אָבער פֿאַר אים האָבן געשפּילט דוד קראַקאַוער, קורט ביאָרלינג און מאָרגאָ לעוורעט. ריטשי באַרשיי, דער פּײַקלער, האָט פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿון דוד ליכט. דער זינגער לאָרין סקלאַמבערג, טרומייטער פֿרענק לאָנדאָן און באַסיסט פּאָל מאָריסעט זענען נאָך געבליבן פֿון די אָריגינעלע „קלעזמאַטיקס”.
פֿאַר וואָס חוצפּהדיק? אויף דער נײַער רעקאָרדירונג זינגט סקלאַמבערג שמערקע קאַטשערגינסקיס באַקאַנט ליד „זאָל שוין קומען די גאולה” מיט אַ פֿריילעכן ריטעם, סײַ בײַ די סטראָפֿעס, סײַ בײַם רעפֿרען. געוויינטלעך זינגט מען די סטראָפֿעס פֿונעם ליד מיט אַ פּאַמעלעכן חסידישן דבֿקות, נישט געקוקט אויף דעם וואָס דער מחבר איז נישט געווען קיין פֿרומער. אויסצוטײַטשן אַזאַ ליד מיט אַ לאַנגער טראַדיציע אַזוי אַנדערש פֿאַרלאַנגט אַ ביסל חוצפּה.
נאָך אַ ליד וווּ מע הערט אַן אַנדער צוגאַנג איז „אין מײַן שטעטל שטייט אַ שטיבל”, וואָס הייסט .Shtetl M.O אויפֿן קאָמפּאַקטל (מיט MO מיינט מען, אַפּנים, דעם זינגער משה אוישער וואָס האָט דאָס ליד באַקאַנט געמאַכט). דאָס ליד האָט סקלאַמבערג פֿריִער געהאַט רעקאָרדירט אויפֿן קינדער־קאָמפּאַקטל „גרינע קאַטשקע”. (אַגבֿ איז דאָס נישט קיין פֿאָלקסליד, ווי מע שרײַבט אינעם באַגלייט־ביכל. די ווערטער האָט געשריבן דער באַסאַראַבער שרײַבער זלמן ראָזענטאַל). ווי די קלעזמאַטיקס זינגען דאָס איז עס מער נישט קיין קינדערליד, אָבער מע פֿילט נאָך דעם רומענישן טעם פֿון וועלכן משה אוישער איז געווען דער מײַסטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.