טאָכטער לערנט זיך אַ סך וועגן דעם טאַטן דורך זײַנע לידער

Daughter Learns Much About Her Father Through His Poetry


פֿון דניאל גלאַי

Published February 19, 2017, issue of February 23, 2017.
מינאַ הורוויץ ווי אַ קינד, מיט טאַטע־מאַמע
מינאַ הורוויץ ווי אַ קינד, מיט טאַטע־מאַמע

מינאַ הורוויץ איז שוין א „יונגע” באָבע מיט, קיין עין־הרע, זיבן אייניקלעך. זי וווינט אין אשקלון און שרײַבט פּאָעזיע אויף העברעיִש.

איין מאָל האָט זי אין שטוב געפֿונען אַ בוך ייִדישע לידער, „שאָטן און ליכט‟, אָנגעשריבן פֿון איר פֿאָטער שלמה קאַזימיראָווסקי, וואָס איז געהאַט ניפֿטר געוואָרן אין 1993. זי האָט שטאַרק געוואָלט וויסן וואָס עס שטייט אין די לידער, אָבער איר ייִדיש איז זייער שוואַך. האָט זי באַשלאָסן אויסצוזוכן אַ מענטש וואָס קאָן איבערזעצן די לידער אויף העברעיִש.

ווען זי האָט זיך באַקענט מיט טובֿה (גיטל) רעשטיק־דאַווידזאָן — אַ פֿרוי וואָס איז לעצטנס געוואָרן זייער איבערגעגעבן צו דער ייִדישער שפּראַך — האָט מינאַ איר דערציילט וועגן איר פֿאָטערס לידער, זײַן לעבן, און איר קינדהייט. טובֿה האָט, אַ באַגײַסטערטע, מסכּים געווען צו העלפֿן איר איבערזעצן די לידער.

זיי האָבן זיך גענומען צו דער אַרבעט און איבערגעזעצט אַ היפּשע צאָל לידער. מינאַ טראַכט אפֿילו אַרויסצוגעבן די איבערזעצונגען אין בוכפֿאָרעם כּדי די משפּחה און אַנדערע לייענער זאָלן זיך באַקענען מיט איר טאַטנס אייגנאַרטיקע שאַפֿונגען. מינאַ איז פּעדאַנטיש בײַם אָפּהיטן אויף העברעיִש די פּראָזאָדיע און גראַמען פֿון מקור און ס׳איז איר טאַקע געלונגען. די גראַמען און סטראָפֿעס־געבוי זענען מסתּמא אויך זייער פּאַסיק פֿאַרן שאַפֿן פֿאַר זיי מוזיק. צוליב דעם וואָס דער „איך” פֿון פּאָעט שטייט אין סאַמע צענטער פֿון זײַנע איבערלעבונגען, קאָן מען זיך משער זײַן אַז אין דער צוקונפֿט וועלן מוזיקערס זיך פֿאַראינטערעסירן אין אַזעלכע טעקסטן.

און אַזוי גייען ווײַטער אָן זייערע טרעפֿונגען פֿון וואָך צו וואָך. מינאַ קלײַבט אויס די לידער, טובֿה זעצט זיי איבער. פֿון מאָל צו מאָל אַמפּערט מען זיך, מ׳פֿאַרעקשנט זיך אויף ניואַנסן ביז מען דערגייט צו דעם ענדלעכען איבערגעזעצטן נוסח.

„בײַם איבערזעצן אויף העברעיִש באַרײַכערט עס מײַן אייגענעם ייִדישן וואָקאַבולאַר — האָט טובֿה געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟ — ווײַל די פּאָעטישע שפּראַך פֿון מחבר איז טאַקע אַ רײַכע.‟