אינדיע, אַ היים פֿאַר דײַטש־רעדנדיקע ייִדן בעתן חורבן

India, WW II Refuge for German-Speaking Jews

ערמינאַ ספּעק (מאַדי מאַרטין), צווייטע פֿון לינקס; איר מאַמע, העלענאַ ספּעק, לינקס, און ערמינאַס ערשטער מאַן, סאַרטאַר באַהאַדור אוטאַם סינג (שטייט), בעת אַ נאָכמיטאָג מיט דער פּרינצעסין סיטאַ פֿון קאַפּורטאַלאַ (דריטע פֿון לינקס), אין די 1950ער יאָרן
ערמינאַ ספּעק (מאַדי מאַרטין), צווייטע פֿון לינקס; איר מאַמע, העלענאַ ספּעק, לינקס, און ערמינאַס ערשטער מאַן, סאַרטאַר באַהאַדור אוטאַם סינג (שטייט), בעת אַ נאָכמיטאָג מיט דער פּרינצעסין סיטאַ פֿון קאַפּורטאַלאַ (דריטע פֿון לינקס), אין די 1950ער יאָרן

פֿון מלך ווישוואַנאַט


Published March 19, 2017, issue of March 29, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

עטלעכע פֿרויען האָבן זיך יאָ געמאַכט אַ הצלחהדיקע קאַריערע. איין פֿרוי, לאָטע אײַזענשטאַט, האָט געאַרבעט פֿאַרן מאַהאַראַדזשאַ פֿון ביקאַנער ווי אַ מומחה פֿון וווילזײַן פֿאַר קינדער. אַן אַנדערע האָט אויפֿגעשטעלט פֿאַבריקן צו פּראָדוצירן סטאַניקעס, וווּ זי האָט אָנגעשטעלט אַ גרויסע צאָל אַרבעטערס. דאָס איז אָבער אויך נישט אָנגעקומען גרינג. אַז די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן האָבן די בריטישע געשלאָסן אַלע דײַטשע געשעפֿטן, אַרײַנגערעכנט די פֿאַבריקן פֿון גרויסע פֿירמעס ווי סיעמענס, אַגפֿאַ, קאָרעס, שאָל און אײַ־דזשי־פֿאַרבען, וואָס האָבן ס׳רובֿ אָנגעשטעלט נאַציס. נאָך 1940 האָבן די בריטישע דערלאָזט, אַז לעגיטימע פּליטים זאָלן װידער עפֿענען זייערע געשעפֿטן.

אַ טייל פֿון די דײַטש־רעדנדיקע ייִדן זענען געוואָרן אָנגעזעענע פֿיגורן אין אינדיע. ערנצט כּהן־ווינער, וואָס האָט געלערנט קונסט־געשיכטע אין בערלין ביז די נאַציס האָבן אים אין 1933 אַרויסגעשטויסן, איז צו ערשט אַוועק קיין ענגלאַנד און דערנאָך קיין אינדיע, וווּ דער מאַהאַראַדזשאַ פֿון באַראָדאַ האָט אים באַשטימט ווי דער דירעקטאָר פֿון דער באַראָדאָ־מוזיי און בילדער־גאַלעריע. ער איז אויך געווען דער פּערזענלעכער קונסט־קאָנסולטאַנט בײַם מאַהאַראַדזשאַ צווישן 1934־1939.

אָטאָ קעניגסבערגער, דעם פּלימעניק פֿונעם באַקאַנטן פֿיזיקער מאַקס באָרן, האָט מען באַשטימט ווי דעם הויפּט־אַרכיטעקט און פּלאַנירער בײַ דער אינדישער מלוכה מײַסאָר אין 1939. צווישן זײַנע שאַפֿונגען זענען דאָס ראָטהויז אין באַנגאַלאָר און די שטאָט־פּלאַנירונג פֿון בהובאַנעשוואַר. נאָכן אינדישן אומאָפּהענגיקייט איז ער, פֿון 1948 ביז 1951, געווען דער דירעקטאָר פֿון וווינונגען בײַם אינדישן געזונט־מיניסטעריום.

לויט אַן אַרטיקל פּובליקירט אין מײַ 2011 האָט מען אין 1939 אָרגאַניזירט אַ פּסח־סדר אין באָמביי פֿאַר די ייִדישע פּליטים. דער מחבר פֿון אַרטיקל, וואָלטער בערגווערק, איז אַ ווינער ייִד וואָס איז פּיצלווײַז געקומען מיט טאַטע־מאַמע קיין באָמביי דעם 24סטן אויגוסט 1939, נײַן טעג איידער ס׳האָט אויסגעבראָכן די מלחמה. ער שרײַבט אַז סע זענען געווען עטלעכע און הונדערט דײַטשע און עסטרײַכישע ייִדן אין אינדיע, וואָס אַ סך זענען געהאַט געקומען מיט אַ צײַט פֿריִער כּדי צו פֿאַרנעמען הויך־ראַנגיקע מעדיצינישע, קאָמערציעלע אָדער טעכנישע פּאָסטנס. עטלעכע פֿון די מער אײַנגעפֿונדעוועטע אײַנוווינערס זענען געווען פֿאַרמעגלעך און האָבן געסטאַרעט צו העלפֿן די מער געענגטע נײַ־אָנגעקומענע דורכן שאַפֿן די „ייִדישע הילף־אַסאָציאַציע“.

דעם סדר האָט אָרגאַניזירט בערגווערקס טאַטע, אָבער די אָרטיקע באַגדאַדישע קהילה האָט משמעות אַ סך צוגעהאָלפֿן. מע האָט דעם סדר אָפּגעריכט אין אַ באַגדאַדער שול און די הוצאָות פֿונעם גאַנצן סדר, אַרײַנגערעכנט דעם ווײַן, האָט געדעקט סער וויקטאָר סאַסון, אַן אָנגעזעענער באַגדאַדער ייִד.

אַלפֿרעד ראָזענפֿעלד, וואָס זײַן נאָמען פֿיגורירט אויף אַ דענקמאָל אינעם טשינטשפּאָקלי־בית־עולם אין באָמביי, האָט אומפֿאַרמאַטערלעך געהאָרעוועט צו העלפֿן די נײַע ייִדישע פּליטים. ער האָט נאָך פֿאַר דער מלחמה געהאַט אויסגעוואַנדערט פֿון דײַטשלאַנד קיין אינדיע און איז שוין געווען אַ בריטישער בירגער ווען די מלחמה איז אויסגעבראָכן. זײַן זון, פּיטער ראָלאַנד, געדענקט אַז זײַן טאַטע פֿלעג בעטן די ייִדישע פּליטים אַז זיי זאָלן בכלל קיין דײַטש נישט רעדן, וואָרן „בעסער וואָלט געווען אַז מע רעדט נאָר ענגליש“, אַזוי ווי אַ סך בריטישע אין אינדיע זענען נישט געװען צופֿרידן איבערן אָנקום פֿון די ייִדישע פּליטים.

צווישן די אייגנאַרטיקסטע אָפּשטאַמלער פֿון די דײַטש־רעדנדיקע פּליטים וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער דעלהי־קאָנפֿערענץ איז דילשער ווירק. מיט זײַנע העל־קאָליריקע אויגן און ווויל געפֿורעמט געשטאַלט איז ווירק אַ בילד שיינע פֿיגור. „דילשער“ איז אַ פּונדזשאַבישער נאָמען מיטן טײַטש ׳בראַוו׳. זײַן מאַמע, ערמינע שפּעק (שפּעטער באַקאַנט, נאָכן צווייטן מאָל חתונה האָבן, ווי מאַדי מאַרטין), איז געבוירן געוואָרן אין עסטרײַך בײַ אַ ייִדישער מאַמען און אַ קאַטוילישן טאַטן. נאָך איר טאַטנס פֿריִער פּטירה איז זי אויפֿגעוואָקסן אין אַ קליין באַרגשטעטל אויף דרום פֿון זאַלצבורג, וווּ איר מאַמע האָט אָנגעפֿירט מיט אַ קוראָרט.